1 און נאך דעם ווי מיר זענען געראטעוועט געווארן, האבן מיר זיך דעמאלט דערוואוסט, אז די אינדזל הייסט מעליטא.
מיר מוזן אבער געווארפן ווערן אויף עפעס אן אינדזל.
און די איבריקע, ווער אויף ברעטער, ווער אויף עפעס (אנדערש) פון דער שיף. און אזוי איז עס געשען, אז אלע האבן זיך געראטעוועט אויף דער יבשה ארויף.
ווען אבער עס איז געווארן טאג, האבן זיי נישט דערקענט דאס לאנד; האבן אבער באמערקט א בוכטע מיט א ברעג, און באשלאסן, אויב מעגלעך ארויפצופירן די שיף אויפן ברעג.
און נאך דעם ווי ער האט געזען דעם חזיון, האבן מיר גלייך געזוכט ארויסצוגיין קיין מאצעדאניען, ארויסדרינגענדיק, אז ה׳ האט אונדז גערופן אנצוזאגן צו זיי די גוטע בשורה.
און ווען זיי זענען דורכגעגאנגען די גאנצע אינדזל ביז פאפוס, האבן זיי געפונען א געוויסן מאן, א כישוף מאכער, א ייד, א פאלשער נביא, מיטן נאמען בר‑ישוע,
און ווי עס איז באשלאסן געווארן, אז מיר זאלן זיך אוועקשיפן קיין איטאליען, האט מען איבערגעגעבן פוילוסן מיט אייניקע אנדערע געפאנגענע צו אן אפיציר, מיטן נאמען יוליוס, פון דער (אוגוסטישן) קיסרס אפטיילונג.