Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




די שליחים געשיכטע 27:12 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

12 און היות דער פארט איז נישט געווען געראם, דארטן איבערצואווינטערן, האט די מערהייט געראטן פון דארטן אוועקצופארן, אפשר וועלן זיי קענען אנקומען קיין פעניקס—א האפן פון קרעטא, וועלכער ליגט (געשיצט) קעגן די צפון מערב און דרום מערב ווינטן—און איבערווינטערן.

Gade chapit la Kopi




די שליחים געשיכטע 27:12
8 Referans Kwoze  

און פארנדיק מיט מי ביים ים ברעג, זענען מיר געקומען צו אן ארט, וואס האט געהייסן שיינער האפן נאענט פון דער שטאט לאזעא.


יידן און גרים, קרעטער און אראבערן; מיר הערן זיי רעדן אויף אונדזערע לשונות (וועגן) די גרויסע מעשים פון ה׳.


און במשך פון א סך טעג זענען מיר געפארן פאמעלעך און זענען קוים אנגעקומען קיין קנידוס, און ווייל דער ווינט האט אונדז נישט דערלאזט, זענען מיר געפארן פארביי דער (אינדזל) קרעטא, אנטקעגנאיבער סאלמאנע;


און בשעת דער דרום ווינט האט זאנפט געבלאזן, מיינענדיק אז זיי האבן דערגרייכט זייער ציל, האבן זיי ארויפגעצויגן דעם אנקער, און זענען געפארן פארביי קרעטא, נאענט ביים ברעג.


און היות מען האט שוין לאנג נישט געהאט געגעסן, האט פוילוס זיך געשטעלט אין זייער מיט און געזאגט: אָ מענער, איר האט מיך געדארפט הערן, זיך נישט אוועקצושיפן פון קרעטא, און איר וואלט זיך איינגעשפארט דאס דאזיקע ליידן און דעם שאדן.


דערפאר האב איך דיך איבערגעלאזט אין קרעטא, כדי דו זאלסט ברענגען אין ארדנונג, וואס עס פעלט נאך, און באשטימען זקנים אין יעדער שטאט, ווי איך האב דיר באפוילן;


איינער פון זיי, זייער אייגענער נביא, האט געזאגט: די קרעטער זענען תמיד ליגנער, חיות רעות, פוילע פרעסערס.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite