Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




די שליחים געשיכטע 26:23 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

23 אז דער משיח וועט ליידן, און אז ער, דער ערשטער אויפצושטיין תחית המתים, וועט אנזאגן א ליכט צום (יידישן) פאלק און צו די אומות (העולם).

Gade chapit la Kopi




די שליחים געשיכטע 26:23
29 Referans Kwoze  

צי האט דען דער משיח נישט געדארפט ליידן די דאזיקע זאכן, און אריינגיין אין זיין הערלעכקייט אריין?


און פון יהושע/ישוע המשיחן, וועלכער איז דער באגלויבטער עדות, דער בכור פון די מתים, און דער הערשער איבער די מלכים פון דער ערד. צו אים, וועלכער האט אונדז ליב, און האט אונדז אויסגעלייזט פון אונדזערע זינד דורך זיין אייגן בלוט,


און ער איז דער קאפ פון דעם גוף, די קהלה; ער איז דער אנהויב, דער בכור פון די טויטע, כדי ער זאל זיין אין אלעם דער ערשטער.


ווייל עס איז געווען פאסן פאר אים, פאר וועמען אלץ איז און דורך וועמען אלץ איז, פירנדיק א סך זין צו הערלעכקייט, שלמותדיק צו מאכן דורך ליידן דעם גרינדער פון זייער ישועה.


ווארום קודם כל האב איך אייך איבערגעגעבן, וואס אויך איך האב מקבל געווען, אז משיח איז געשטארבן פאר אונדזערע זינד לויט די כתבי (הקודש); (ישעיהו נג, ה-יב.)


א ליכט צו דער באלויכטונג פון די אומות (העולם) און א הערלעכקייט פאר דיין פאלק ישראל. (ישעיהו מב, ו.)


קיינער נעמט עס נישט אוועק פון מיר, נאר פון מיר אליין לייג איך עס אנידער. איך האב רשות עס אנידערצולייגן, און האב רשות עס ווידער צו נעמען. דאס דאזיקע געבאט האב איך באקומען פון מיין פאטער.


אויפצועפענען זייערע אויגן, אז זיי זאלן זיך אומקערן פון דער פינצטערניש צום ליכט, און פון דער מאכט פונם שׂטן צו ה׳, כדי זיי זאלן באקומען פארגעבונג פון זינד, און א ירושה צווישן די, וועלכע זענען געהייליקט געווארן דורך (דרך ה׳) אמונה אין מיר.


פארוואס האלט מען עס ביי אייך פאר אומגלויבלעך, אז ה׳ וועקט אויף טויטע?


און אז ער האט אים אויפגעוועקט פון די טויטע, כדי ער זאל זיך מער נישט אומקערן צו פארדארבונג, האט ער אזוי געזאגט: איך וועל אייך געבן די הייליקע און באגלויבטע חסדים פון דוד. (ישעיהו נה, ג.)


אבער ה׳ האט אויף אזא אופן דערפילט, וואס ער האט פארויסגעזאגט דורך דעם מויל פון אלע נביאים, אז זיין משיח וועט ליידן.


האט יהושע/ישוע געזאגט צו איר: איך בין די אויפשטייאונג און דאס לעבן; ווער עס גלויבט אין מיר, אפילו ווען ער איז שוין געשטארבן, וועט ער לעבן,


און האט צו זיי געזאגט: אזוי שטייט געשריבן, אז דער משיח זאל ליידן, און אויפשטיין פון די טויטע דעם דריטן טאג,


און זענען ארויס פון די קברים נאך זיין תחית המתים און זענען אריינגעקומען אין דער הייליקער שטאט אריין און האבן זיך באוויזן צו א סך.


דער בר אנש גייט טאקע לויט ווי עס שטייט געשריבן וועגן אים; וויי איז אבער צו יענעם מענטשן, דורך וועמען דער בר אנש ווערט פארראטן! עס וואלט געווען גוט פאר יענעם מענטשן, אויב ער וואלט גארנישט געבוירן געווארן.


און אלע נביאים פון שמואל אָן און די, וואס זענען געווען נאך אים, וואס האבן גערעדט, האבן אויך אנגעזאגט די דאזיקע טעג.


פאר די אומגלויביקע, וואס דער ג‑ט פון דער דאזיקער וועלט האט אין זיי פארבלענדט די געדאנקען, כדי עס זאל זיי נישט אויפגיין דאס ליכט פון דער גוטער בשורה פון דער הערלעכקייט פון דעם משיח, וועלכער איז דאס דמות פון ה׳.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite