19 דערפאר, אָ קעניג אגריפא, בין איך נישט געווארן אומגעהארכזאם צו דעם חיזיון פון הימל;
צו אנטפלעקן זיין זון אין מיר, כדי איך זאל אים אנזאגן צווישן די אומות העולם: האב איך גלייך מיך נישט באראטן מיט בשר ודם,
איך שעץ מיך גליקלעך, אָ קעניג אגריפא, וואס איך דארף מיך היינט פארטיידיקן פאר דיר וועגן אלעם, וואס די יידן קלאגן מיך אָן;
אויפצועפענען זייערע אויגן, אז זיי זאלן זיך אומקערן פון דער פינצטערניש צום ליכט, און פון דער מאכט פונם שׂטן צו ה׳, כדי זיי זאלן באקומען פארגעבונג פון זינד, און א ירושה צווישן די, וועלכע זענען געהייליקט געווארן דורך (דרך ה׳) אמונה אין מיר.
נאר ערשטנס צו די אין דמשק און אין ירושלים, און איבערן גאנצן לאנד יהודה, און צו די אומות העולם האב איך געדרשנט, אז זיי זאלן תשובה טאן און זיך אומקערן צו ה׳, און טאן מעשים (טובים), וואס זענען ראוי פון תשובה.