Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




די שליחים געשיכטע 26:17 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

17 איך וועל דיך מציל זיין פון דעם (יידישן) פאלק און פון די אומות (העולם), צו וועלכע איך שיק דיך,

Gade chapit la Kopi




די שליחים געשיכטע 26:17
36 Referans Kwoze  

דער האר אבער האט צו אים געזאגט: גיי, ווייל ער איז פאר מיר א כלי חפץ, צו טראגן מיין נאמען פאר די אומות און מלכים און קינדער ישראל;


פאר וועלכן איך בין באשטימט געווארן אלס מבשר און שליח (דעם אמת זאג איך, און נישט קיין שקר) א מורה תורה פון די אומות העולם אין דער אמונה און אמת.


איך זאג אבער צו אייך נישט יידן, אויף וויפל איך בין דער שליח צו די נישט יידן—איך פארהערלעך מיין עבודה—


מיינע פארפאלגונגען, עינויים, וועלכע זענען געקומען אויף מיר אין אנטיאכיען, אין איקאניום, אין ליסטרא; וואס פאר א רדיפות איך האב איבערגעטראגן; און פון אלע האט מיך דער האר מציל געווען.


פאר וועלכער איך בין באשטימט געווארן אלס אן מבשר, און שליח, און מורה תורה.


און דערקענענדיק דעם חסד, וואס איז מיר געגעבן געווארן, האבן יעקב און כיפא און יוחנן, וואס זענען פאררעכנט פאר זיילן, מיר געגעבן און בר‑נבאן די רעכטע האנט פון חברותאשאפט, אז מיר זאלן (גיין) צו די אומות העולם, און זיי צו די געמלטע;


דעריבער זייט וויסן, אז די דאזיקע ישועה פון ה׳ ווערט געשיקט צו די אומות העולם; און זיי וועלן (זי) הערן.


צו זיין א קנעכט פונם משיח יהושע/ישוע צו די אומות העולם, דינענדיק ווי א כהן אין דער בשורה טובה פון ה׳, כדי דאס קרבן פון די אומות העולם זאל ווערן באוויליקט, געהייליקט דורך דעם רוח הקודש.


פארלאנגענדיק א געפעליקייט קעגן אים (ד.ה. פוילוסן), אז ער זאל אים לאזן ברענגען קיין ירושלים; ווייל זיי האבן געמאכט א פארשווערונג אים צו הרגענען אונטערוועגנס.


ווייל איך בין מיט דיר, און קיינער וועט דיך נישט אנרירן, דיר שלעכטס צו טאן; מחמת איך האב א גרויס פאלק אין דער דאזיקער שטאט.


און דעמאלט האבן די ברידער גלייך ארויסגעשיקט פוילוסן צו גיין ביז צום ים; און סילא און טימאטעוס זענען דארטן איבערגעבליבן.


און די ברידער האבן גלייך ארויסגעשיקט פוילוסן און סילאן ביינאכט קיין בערעא; און ווען זיי זענען אהינגעקומען, זענען זיי אריינגעגאנגען אין דער יידישער שול אריין.


און זענען געקומען און זיי מפייס געווען, און האבן זיי ארויסגעפירט און געבעטן, אז זיי זאלן אוועקגיין פון דער שטאט.


די יידן אבער האבן אונטערגעהעצט די פרומע און אנגעזענע פרויען און די פארנעמע לייט פון דער שטאט, און האבן אויפגעוועקט א רדיפה אויף פוילוסן און בר‑נבאן, און זיי ארויסגעטריבן פון זייערע גרענעצן.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite