Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




די שליחים געשיכטע 26:11 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

11 און אין אלע שולן האב איך זיי אפט באשטראפט, און זיי געצוואונגען צו לעסטערן; און זייענדיק אויסערסט צארנדיק אויף זיי, האב איך זיי גערודפט אפילו ביז אין שטעט חוץ לארץ.

Gade chapit la Kopi




די שליחים געשיכטע 26:11
17 Referans Kwoze  

און איך האב געזאגט: האר, זיי אליין ווייסן (דאך), אז איך פלעג איינזעצן אין תפיסה און שלאגן אין אלע שולן די, וועלכע גלויבן אין דיר;


און ווי די (אומגלויביקע) יידן האבן געזען די מאסן מענטשן, זענען זיי פול געווארן מיט קנאה און האבן אקייגנגערעדט דעם, וואס פוילוס האט געזאגט, און האבן געלעסטערט.


היט זיך אבער פאר די מענטשן! מחמת זיי וועלן אייך איבערגעבן צום סנהדרין, און אין זייערע שולן וועלן זיי אייך שמייסן מיט ריטער;


ווי אפילו דער כהן גדול וועט עס מיר עדות זאגן און דאס גאנצע בית הזקנים, פון וועמען איך האט באקומען בריוו צו די ברידער, און בין געגאנגען קיין דמשק צו ברענגען אויך די, וואס זענען דארטן געווען, געבונדן קיין ירושלים, כדי זיי זאלן באשטראפט ווערן.


שאול אבער האט נאך אלץ געאטעמט מיט דראונג און רציחה קעגן די תלמידים פון דעם האר, און איז געגאנגען צום כהן גדול,


ער האט אבער געהאט א שטראף פאר זיין אייגענעם חטא; א שטומע בהמה אין געשפאן, רעדנדיק מיט א מענטשלעך קול, האט פארווערט דאס משוגעת פון דעם נביא.


צי לעסטערן זיי דען נישט אליין דעם גוטן נאמען, וואס איז גערופן געווארן איבער אייך?


ווען אבער זיי האבן זיך אקייגנגעשטעלט און געלעסטערט, האט ער אפגעשאקלט די מלבושים און געזאגט צו זיי: אייער בלוט אויף אייער קאפ; איך בין ריין; פון איצט אָן וועל איך גיין צו די אומות העולם.


פאר דעם אלעם אבער וועלן זיי לייגן אויף אייך זייערע הענט, און אייך פארפאלגן, און וועלן אייך איבערגעבן צו די שולן און תפיסות און אייך פירן פאר מלכים און מושלים צוליב מיין נאמען.


ווען אבער ער איז געקומען צו זיך, האט ער געזאגט: אָ, וויפל לוין ארבעטער פון מיין פאטער האבן ברויט בשפע, און איך גיי דא אויס פאר הונגער!


זיי אבער זענען פול געווארן מיט גרימצארן; און האבן איבערגערעדט איינער מיטן אנדערן, וואס מען זאל טאן צו יהושען/ישוען.


איר אבער גיט אכטונג אויף זיך אליין! מען וועט אייך איבערגעבן צום סנהדרין; און מען וועט אייך געבן מלקות אין די שולן; און איר וועט געשטעלט ווערן פאר גובערנאטארן און מלכים צוליב מיר, פאר אן עדות צו זיי.


באמת זאג איך אייך: אלע זינד וועלן פארגעבן ווערן צו די מענטשנקינדער, און די לעסטערונגען, וויפל זיי וועלן לעסטערן;


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite