Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




די שליחים געשיכטע 24:10 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

10 און פוילוס האט געענטפערט, נאך דעם ווי דער גובערנאטאר האט אים געגעבן א צייכן צו רעדן. וויסנדיק, אז דו ביסט שוין פון כמה יארן א שופט ביים דאזיקן פאלק, פארטיידיק איך מיך מיט גוטן מוט;

Gade chapit la Kopi




די שליחים געשיכטע 24:10
12 Referans Kwoze  

דעם האר אבער דעם משיח זאלט איר הייליקן אין אייערע הערצער; זייט תמיד גרייט אויף אן ענטפער צו יעדן איינעם, וועלכער פרעגט אייך וועגן דער סיבה פון דער האפענונג אין אייך, נאר מיט עניוותדיקייט און מיט יראה;


און אגריפא האט געזאגט צו פוילוסן: עס איז דיר דערלויבט צו רעדן פאר דיר אליין. דעמאלט האט פוילוס אויסגעשטרעקט די האנט און זיך פארטיידיקט:


און (ער האט באפוילן) זיי זאלן צוגרייטן בהמות, כדי ארויפצוזעצן פוילוסן און אים אוועקפירן אין זיכערהייט צו פעליקסן דעם גובערנאטאר.


און ווען ער האט עס אים דערלויבט, האט פוילוס זיך געשטעלט אויף די טרעפ, און געמאכט א צייכן מיט דער האנט צום פאלק; און אז עס איז געווארן א גרויסע שטילקייט, האט ער גערעדט צו זיי אויף לשון קודש, אזוי צו זאגן:


און פון דעם המון האט מען ארויסגעשלעפט אלעקסאנדערן, וועמען די יידן האבן געשטופט פארויס. און אלעקסאנדער האט געמאכט א צייכן מיט דער האנט, און געוואלט האלטן א פארטיידיקונג רעדע פארן פאלק.


אויב אבער עס זענען שאלות וועגן ווערטער און נעמען אין דער תורה אייערער, זעט איר אליין דערצו; קיין שופט פון די דאזיקע זאכן וויל איך נישט זיין.


און פוילוס האט זיך אויפגעשטעלט און געמאכט א צייכן מיט דער האנט, און געזאגט: אנשי ישראל, און איר, וואס האבן מורא פאר ה׳, הערט!


און ער האט זיי געגעבן א צייכן מיט דער האנט, זיי זאלן שווייגן, און זיי דערציילט, וויאזוי דער האר האט אים ארויסגעפירט פון תפיסה. און האט געזאגט: זאגט עס יעקבן און די ברידער. און ארויסגייענדיק, איז ער אוועק אויף אן אנדער ארט.


אזוי צו זאגן: אין א געוויסער שטאט איז געווען א שופט, וואס האט זיך נישט געפארכטן פאר ה׳ און נישט געשוינט קיין מענטשן.


ער אבער האט צו אים געזאגט: מענטש, ווער האט מיך באשטימט פאר א שופט אדער צעטיילער איבער אייך?


און ווען מען פירט אייך פאר די שולן און פאר די פירשטן און פאר די געוועלטיקער, זאלט איר נישט זארגן, וויאזוי אדער מיט וואס איר זאלט זיך פארטיידיקן אדער וואס איר זאלט זאגן;


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite