Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




די שליחים געשיכטע 23:9 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

9 און עס איז געווארן א גרויס געשריי; און עס זענען אויפגעשטאנען אייניקע סופרים פון דעם צד פון די פרושים, און האבן געהאלטן א וויכוח, אזוי צו זאגן: מיר געפינען נישט קיין שום שלעכטס אין דעם דאזיקן מענטשן; און (וואס איז) אויב א גייסט אדער א מלאך האט צו אים גערעדט?

Gade chapit la Kopi




די שליחים געשיכטע 23:9
23 Referans Kwoze  

און איך בין אנידערגעפאלן אויף דער ערד, און האב געהערט א קול זאגן צו מיר: שאול, שאול, וואס פארפאלגסטו מיך?


דער המון מענטשן, וואס איז געשטאנען און זיך צוגעהערט, האט געזאגט, עס האט געדונערט; אנדערע האבן געזאגט: א מלאך האט גערעדט צו אים.


און בשעתן אוועקגיין, האבן זיי גערעדט איינס מיטן אנדערן, אזוי צו זאגן: דער דאזיקער מענטש האט גארנישט געטאן, פאר וועלכן ער זאל זיין חייב מיתה אדער קייטן.


איך האב אבער פארשטאנען, אז ער האט גארנישט געטאן, פאר וועלכן ער זאל זיין חייב מיתה; נאר ווייל ער אליין האט אפעלירט צום קיסר, האב איך באשלאסן אים צו שיקן.


און האב געפונען, אז ער ווערט אנגעקלאגט וועגן שאלות פון זייער תורה, און האט נישט קיין שום באשולדיקונג, אז ער זאל זיין חייב מיתה אדער קייטן.


און די סופרים פון די פרושים האבן געזען, אז ער עסט צוזאמען מיט חוטאים און מיט שטייער אויפמאנער, האבן זיי געזאגט צו די תלמידים זיינע: פארוואס עסט ער צוזאמען מיט די שטייער אויפמאנער און חוטאים?


אדער זאלן מיר דערצערנען דעם האר? צי זענען מיר דען שטארקער פון אים?


ווארום אין דער דאזיקער נאכט איז ביי מיר געשטאנען א מלאך פון ה׳, וועמעס איך בין און וועמען איך דין,


ווארום די צדוקים זאגן, אז עס איז נישטא קיין תחית המתים, נישט קיין מלאך, נישט קיין גייסט; די פרושים אבער זענען מודה אויף ביידע.


דעריבער אויב ה׳ האט זיי געגעבן די זעלביקע מתנה, ווי אויך צו אונדז, די מאמינים אין דעם האר יהושע/ישוע המשיח, ווער בין איך, וואס זאל קענען פארווערן ה׳?


און ער איז אנידערגעפאלן אויף דער ערד, און געהערט א קול, וואס האט געזאגט צו אים: שאול, שאול, וואס פארפאלגסטו מיך?


נאר אויב זי איז פון ה׳, וועט איר זיי נישט קענען שטערן; טאמער וועט איר געפונען ווערן ראנגלענדיק אויך קעגן ה׳. און זיי האבן אים געהארכט;


און צום דריטן מאל האט ער צו זיי געזאגט: וואס פאר א בייז האט ער דען געטאן? איך האב נישט געפונען קיין שום טויט שולד אין אים; איך וועל אים דעריבער לאזן געבן שלעק און באפרייען.


האט פילאטוס געזאגט צו די הויפט כהנים און צו די המונים מענטשן; איך געפין נישט קיין שום שולד אין דעם דאזיקן מענטשן!


און די פרושים און זייערע סופרים האבן געמורמלט צו די תלמידים זיינע, אזוי צו זאגן: פארוואס עסט איר און טרינקט מיט שטייער אויפמאנער און זינדער?


און עס איז געשען, בשעת איך בין געווען אויפן וועג און האב מיך דערנענטערט צו דמשק, ארום האלבן טאג האט מיך פלוצלונג ארומגעלויכטן א גרויס ליכט פון הימל.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite