Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




די שליחים געשיכטע 23:6 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

6 און וויסנדיק, אז איין טייל איז צדוקים און די אנדערע טייל פרושים, האט פוילוס א געשריי געטאן אין דעם סנהדרין: ברידער, איך בין א פרוש בן פרושים; וועגן דער האפענונג פון תחית המתים ווער איך געמשפט!

Gade chapit la Kopi




די שליחים געשיכטע 23:6
17 Referans Kwoze  

אחוץ וועגן דעם דאזיקן איינעם ווארט, וואס איך האב אויסגעשריגן, שטייענדיק צווישן זיי: וועגן תחית המתים ווער איך היינט געמשפט פון אייך.


און האב א האפענונג צו ה׳, וועלכע זיי אליין דערווארטן, אז עס וועט זיין א תחית המתים פון צדיקים און רשעים.


מיך האט מען מל געווען דעם אכטן טאג, איך בין פונם פאלק ישראל, פונם שבט בנימין, אן עברי פון די עברים, א פרוש לויט דער תורה;


און צוליב דער דאזיקער סיבה האב איך אייך גערופן, כדי אייך צו זען און צו אייך צו רעדן, ווארום וועגן דער האפענונג פון ישראל בין איך געבונדן מיט דער דאזיקער קייט.


אין יענעם טאג זענען געקומען צו אים צדוקים, וואס זאגן, אז עס איז נישטא קיין תחית המתים, און האבן אים געפרעגט,


ווי אפילו דער כהן גדול וועט עס מיר עדות זאגן און דאס גאנצע בית הזקנים, פון וועמען איך האט באקומען בריוו צו די ברידער, און בין געגאנגען קיין דמשק צו ברענגען אויך די, וואס זענען דארטן געווען, געבונדן קיין ירושלים, כדי זיי זאלן באשטראפט ווערן.


זע, איך שיק אייך ווי שאף צווישן וועלף. זייט זשע קלוג ווי די שלאנגען, און אָן פאלשקייט ווי די טויבן.


ווען אבער ער האט געזען א סך פון די פרושים און פון די צדוקים קומען צו דער מקווה, האט ער צו זיי געזאגט: איר שלאנגענקינדער, ווער האט אייך געגעבן צו פארשטיין, אז איר זאלט אנטלויפן פון דעם קומענדיקן גרימצארן?


איך בין א ייד, געבוירן אין טרסוס אין קיליקיען, דערצויגן אבער בין איך געווארן (דא) אין דער דאזיקער שטאט, ביי די פיס פון (תנא רבן) גמליאל, און מען האט מיך פלייסיק געלערנט די תורה פון אונדזערע אבות, און א קנאי בין איך געווען פאר ה׳, ווי איר אלע זענט עס ביים היינטיקן טאג.


צומארגנס אבער, וועלנדיק זיך דערוויסן אויף זיכער, וועגן וואס ער איז באשולדיקט געווארן פון די יידן, האט ער אים באפרייט פון די קייטן, און באפוילן, אז די הויפט כהנים זאלן זיך צוזאמענקומען און דאס גאנצע סנהדרין: און האט אראפגעפירט פוילוסן, און אים אוועקגעשטעלט פאר זיי.


און פוילוס האט זיך איינגעקוקט אויפן סנהדרין, און געזאגט: ברידער, איך האב געלעבט פאר ה׳ מיט א גאנץ און גוט געוויסן ביז צום היינטיקן טאג.


און ווען ער האט דאס געזאגט, איז געווארן א מחלוקה פון די פרושים מיט די צדוקים, און די מאסע האט זיך געשפאלטן.


דעריבער לאזט איצט מיט דעם סנהדרין וויסן דעם הויפטמאן, אז ער זאל אים אראפברענגען צו אייך, פונקט ווי איר וואלט געוואלט גענויער אויספארשן וועגן אים; און איידער ער וועט זיך דערנענטערן צו אייך, זענען מיר גרייט אים אומצוברענגען.


האט ער געזאגט: די יידן האבן איינגעשטימט דיך צו בעטן, אז דו זאלסט צומארגנס אראפפירן פוילוסן צום סנהדרין, פונקט ווי זיי וואלטן געוואלט עפעס גענויער אויספארשן וועגן אים.


צוליב דער האפענונג, וועלכע ליגט פאר אייך באהאלטן אין הימל, וועגן וועלכער איר האט פריער געהערט אין דעם ווארט פון אמת פון דער גוטער בשורה,


וועלכע איז ווי א פעסטער און זיכערער אנקער פאר אונדזער נשמה און וואס גייט אריין אינעווייניק פונם פרוכת;


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite