Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




די שליחים געשיכטע 23:15 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

15 דעריבער לאזט איצט מיט דעם סנהדרין וויסן דעם הויפטמאן, אז ער זאל אים אראפברענגען צו אייך, פונקט ווי איר וואלט געוואלט גענויער אויספארשן וועגן אים; און איידער ער וועט זיך דערנענטערן צו אייך, זענען מיר גרייט אים אומצוברענגען.

Gade chapit la Kopi




די שליחים געשיכטע 23:15
14 Referans Kwoze  

צומארגנס אבער, וועלנדיק זיך דערוויסן אויף זיכער, וועגן וואס ער איז באשולדיקט געווארן פון די יידן, האט ער אים באפרייט פון די קייטן, און באפוילן, אז די הויפט כהנים זאלן זיך צוזאמענקומען און דאס גאנצע סנהדרין: און האט אראפגעפירט פוילוסן, און אים אוועקגעשטעלט פאר זיי.


פארלאנגענדיק א געפעליקייט קעגן אים (ד.ה. פוילוסן), אז ער זאל אים לאזן ברענגען קיין ירושלים; ווייל זיי האבן געמאכט א פארשווערונג אים צו הרגענען אונטערוועגנס.


און די אפטיילונג (סאלדאטן) מיט דעם אפיציר און די משרתים פון די יידן האבן געכאפט יהושען/ישוען און אים געבונדן (עקידה),


און פוילוס האט זיך איינגעקוקט אויפן סנהדרין, און געזאגט: ברידער, איך האב געלעבט פאר ה׳ מיט א גאנץ און גוט געוויסן ביז צום היינטיקן טאג.


און וויסנדיק, אז איין טייל איז צדוקים און די אנדערע טייל פרושים, האט פוילוס א געשריי געטאן אין דעם סנהדרין: ברידער, איך בין א פרוש בן פרושים; וועגן דער האפענונג פון תחית המתים ווער איך געמשפט!


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite