Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




די שליחים געשיכטע 23:11 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

11 און אין דער פאלגענדיקער נאכט איז דער האר געשטאנען ביי אים, און געזאגט: זיי שטארק; ווארום ווי דו האסט עדות געזאגט וועגן מיר אין ירושלים, אזוי דארפסטו אויך עדות זאגן אין רוים.

Gade chapit la Kopi




די שליחים געשיכטע 23:11
27 Referans Kwoze  

און נאך דעם ווי די דאזיקע זאכן זענען געשען, האט פוילוס פארגענומען אין זיין גייסט, אז ווען ער וועט האבן דורכגעגאנגען מאצעדאניען און אכאיא, צו פארן קיין ירושלים, און האט געזאגט: נאך דעם ווי איך וועל דארטן זיין, מוז איך אויך זען רוים.


און דער האר האט געזאגט צו פוילוסן דורך א חיזיון ביינאכט: האב נישט קיין מורא, נאר רעד, און שווייג נישט;


דער האר אבער איז געשטאנען ביי מיר, און האט מיך געשטארקט, כדי די בשורה טובה זאל באשטעטיקט ווערן דורך מיר, און אלע אומות (העולם) זאלן זי הערן; און איך בין ניצול געווארן פון דעם לייבס מויל.


יהושע/ישוע אבער האט גלייך צו זיי גערעדט, אזוי צו זאגן: זייט געטרייסט! איך בין עס; האט נישט קיין מורא!


אזוי, אז מיינע קייטן צוליב משיחן זענען אנטפלעקט געווארן אין דעם גאנצן פרעטאריום און אין אלע אנדערע (ערטער);


און זע, מען האט געברענגט צו אים א פאראליזשירטן, וואס איז געלעגן אויף א בעט. און ווי יהושע/ישוע האט געזען זייער אמונה, האט ער געזאגט צום פאראליזשירטן: זיי געטרייסט, מיין קינד, דיינע זינד זענען דיר פארגעבן געווארן!


און האב אים געזען זאגן צו מיר: ^אייל דיך, און גיי ארויס געשווינט פון ירושלים, ווייל זיי וועלן (דא) נישט אננעמען דיין עדות זאגן וועגן מיר.


און זע, איצט, געבונדן אינם גייסט, גיי איך קיין ירושלים, נישט וויסנדיק, וואס עס וועט מיך דארטן באגעגענען,


ווארום דוד (המלך) זאגט אויף אים: געזען האב איך דעם האר תמיד פאר מיר, דען ער איז אויף מיין רעכטער האנט, כדי איך זאל מיך נישט וואקלען.


דאס האב איך גערעדט צו אייך, כדי אין מיר זאלט איר האבן שלום. אין דער וועלט האט איר צרות; נאר זייט געטרייסט; איך האב מנצח געווען די וועלט.


איך וועל אייך נישט איבערלאזן ווי יתומים; איך וועל קומען צו אייך.


און לערנט זיי האלטן אלץ, וואס איך האב אייך געבאטן. און זע, איך בין מיט אייך אלע טעג, ביז צום קץ פון דער וועלט. אמן.


ווארום איך האב פינף ברידער; כדי ער זאל זיי ווארנען, אז זיי זאלן אויך נישט קומען צו דעם דאזיקן ארט פון פיין!


מחמת דו וועסט זיין אן עדות פאר אים צו אלע מענטשן פון דעם, וואס דו האסט געזען און געהערט.


צי בין איך דען נישט פריי? צי בין איך דען נישט קיין שליח? צי האב איך דען נישט געזען אונדזער האר יהושע/ישוע? צי זענט איר דען נישט מיין ווערק אינם האר?


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite