Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




די שליחים געשיכטע 22:12 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

12 און א געוויסער חנניה, א ג‑טספארכטיקער מאן לויט דער תורה, וועלכער האט געהאט א גוטן שם ביי אלע יידן, וואס האבן דארט געוואוינט,

Gade chapit la Kopi




די שליחים געשיכטע 22:12
10 Referans Kwoze  

האבן זיי געזאגט: קארנעליוס, אן אפיציר, אן איש צדיק און ירא שמים, און וואס האט א גוטן שם ביים גאנצן יידישן פאלק, האט באקומען א באפעל פון א הייליקן מלאך, צו שיקן דיך רופן אין זיין הויז אריין, און צו הערן רייד פון דיר.


נאר זוכט זיך אויס, ברידער, צווישן אייך זיבן מענער, וואס האבן א גוטן נאמען און זענען פול מיט דעם רוח הקודש און מיט חכמה, זיי וועלן מיר באשטימען איבער דעם דאזיקן ענין;


וועגן דעמעטריוסן האבן אלע (גוט) עדות געזאגט, אפילו דער אמת אליין; און אויך מיר זאגן עדות; און דו ווייסט, אז אונדזער עדות זאגן איז ווארהאפטיק.


ווארום דורך דער דאזיקער האבן די זקנים באקומען אן עדות.


און ער דארף אויך האבן א גוטן שם פון די אינדרויסן, כדי ער זאל נישט אריינפאלן אין קיין חרפה און אין דעם שׂטנס נעץ.


דורך כבוד און בזיון, דורך א שם רע און א שם טוב; ווי פארפירער (ציטירן ניטציטירן) און דאך ווארהאפטיקע;


און אייניקע פון זיי האבן זיך איבערצייגט, און זיך באהאפטן צו פוילוסן און סילאן; און פון די יראת שמימדיקע גריכן א גרויסער עולם, און פון די פארנעמע פרויען נישט ווייניקע.


און ג‑טספארכטיקע לייט האבן גענומען סטעפאנוסן און אים קובר געווען, און געמאכט א גרויס הספד אויף אים.


און זע, עס איז געווען א מענטש אין ירושלים, וועלכער האט געהייסן שמעון, און דער דאזיקער איז געווען אן איש צדיק און א ג‑טספארכטיקער מענטש, און האט געהאפט אויף דער נחמה פון ישראל; און דער רוח הקודש האט גערוט אויף אים.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite