און דעם טאג פון שבת זענען מיר ארויסגעגאנגען אויסער דעם טויער צו א טייך, וואו מיר האבן זיך משער געווען, אז עס איז א בית התפילה; און האבן זיך אנידערגעזעצט און גערעדט מיט די פרויען, וואס זענען זיך צוזאמענגעקומען.
און עס איז געשען, בשעת מיר זענען געגאנגען צום בית התפילה, אז א דינסטמיידל, וואס האט געהאט א גייסט פון נחוש (כישוף) פון ווארזאגער, האט אונדז באגעגענט; וואס פלעגט אריינגעברענגען אירע בעלי בתים א סך פארדינסט פון איר ווארזאגן.
און עס זענען אויך מיטגעגאנגען מיט אונדז אייניקע פון די תלמידים פון קיסריה, מיטפירנדיק א געוויסן מנאזאן, פון קפריסין, אן אלטער תלמיד, ביי וועמען מיר האבן געזאלט וואוינען.