Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




די שליחים געשיכטע 21:7 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

7 און מיר האבן פארענדיקט די ים רייזע פון צור, און זענען אנגעקומען קיין פטאלעמייס; און אפגעגעבנדיק שלום צו די ברידער, זענען מיר פארבלייבן ביי זיי איין טאג.

Gade chapit la Kopi




די שליחים געשיכטע 21:7
13 Referans Kwoze  

גיט אפ שלום אלע אייערע מנהיגים און אלע קדושים. די, וואס זענען פון איטאליען, געבן אייך אפ שלום.


און מיר זענען געקומען קיין סיראקוס, און זענען דארט פארבלייבן דריי טעג.


און נאכן אפלויף פון אייניקע טעג, איז דער קעניג אגריפא מיט בערעניקא געקומען קיין קיסריה און האבן באגריסט פעסטוסן.


און אפגעגעבנדיק זיי שלום, האט ער באריכות דערציילט אלץ, וואס ה׳ האט געטאן צווישן די אומות העולם דורך זיין עבודה.


און בשעת מיר זענען (דארט) פארבלייבן א סך טעג, איז אראפגעקומען פונם (לאנד) יהודה א געוויסער נביא, מיטן נאמען אגאבוס.


און קומענדיק קיין קיסריה, איז ער אויסגעשטיגן און האט אפגעגעבן שלום דער קהלה, און איז אראפ קיין אנטיאכיען.


און ער איז געווען שרעקלעך אויפגעבראכט אויף די לייט פון צור און צידון, און אלע צוזאמען זענען געקומען צו אים, און נאך דעם ווי זיי האבן איבערגערעדט בלאסטוס, דעם שר איבער דעם מלכס שלאפצימער, האבן זיי געבעטן צו מאכן שלום, צוליב דעם וואס זייער לאנד איז גענערט געווארן פון דעם קעניגס לאנד.


און אויב איר גיט אפ שלום נאר אייערע ברידער אליין, וואס טוט איר דא מער? צי טאן דען די אומות (העולם) נישט אויך דאס זעלביקע?


און אין די דאזיקע טעג איז פעטרוס אויפגעשטאנען אין דער מיט פון די ברידער און האט געזאגט—אן עולם אן ערך הונדערט און צוואנציק זענען דערביי געווען פארזאמלט—


און דערזעענדיק די (אינדזל) קפריסין, און איבערלאזנדיק זי אויף לינקס, האבן מיר זיך אוועקגעשיפט קיין סיריען, און זענען אנגעקומען קיין צור; ווארום דארטן האט די שיף געזאלט אויסלאדן איר פראכט.


און ווען מיר זענען געקומען קיין ירושלים, האבן די ברידער אונדז אויפגענומען מיט שמחה.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite