Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




די שליחים געשיכטע 21:22 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

22 וואס זשע וועט זיין? אין יעדן פאל וועלן זיי (דאך) הערן, אז דו ביסט געקומען.

Gade chapit la Kopi




די שליחים געשיכטע 21:22
6 Referans Kwoze  

דעמאלט איז עס וואוילגעפעלן די שליחים און די זקנים מיט דער גאנצער קהלה צו שיקן אויסדערוויילטע מענער פון זייער מיט קיין אנטיאכיען מיט פוילוסן און בר‑נבאן: (נעמלעך,) יהודהן, וואס מען האט אים גערופן בר‑שבא, און סילא, מענער מנהיגים צווישן די ברידער;


און דער גאנצער עולם האט געשוויגן; און זיך צוגעהערט צו בר‑נבאן און פוילוסן, וועלכע האבן דערציילט וואס פאר אותות און מופתים ה׳ האט געטאן צווישן די אומות (העולם) דורך זיי.


און זיי האבן געשריגן, א טייל איין זאך, אנדערע עפעס אנדערש, ווארום די פארזאמלונג איז געווען צעטומלט; און די מערסטע האבן נישט געוואוסט, צוליב וועלכן זיי זענען זיך צוזאמענגעקומען.


און מען האט זיי (פאלשע קלאנג) דערציילט וועגן דיר, אז דו לערנסט אלע יידן, וועלכע געפינען זיך צווישן די אומות העולם, זיך אפפאלן פון (תורת) משה, זאגנדיק, אז זיי זאלן נישט מל זיין די קינדער, און זיך נישט נוהג זיין לויט די (יידישע) מנהגים.


טו דעריבער דאס, וואס מיר וועלן דיר זאגן: ביי אונדז געפינען זיך פיר מענער, וועלכע האבן א נדר אויף זיך;


ווי זשע זאל עס זיין? איך וועל תפילה טאן מיט דעם גייסט, און וועל אויך תפילה טאן מיטן שכל; איך וועל זינגען מיט דעם גייסט, און וועל אויך זינגען מיטן פארשטאנד.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite