Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




די שליחים געשיכטע 21:13 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

13 דעמאלט האט פוילוס געענטפערט: וואס טוט איר, וואס איר וויינט און צעברעכט מיר דאס הארץ? ווארום איך בין גרייט נישט בלויז געבונדן צו ווערן, נאר אויך צו שטארבן אין ירושלים פאר דעם נאמען פונם האר יהושע/ישוע.

Gade chapit la Kopi




די שליחים געשיכטע 21:13
25 Referans Kwoze  

נאר איך האלט, אז מיין לעבן איז נישט ווערט די רייד, אזוי טייער איז עס פאר מיר, אויב איך זאל נאר קענען פארענדיקן דעם לעבנס לויף מיינעם, און די עבודה, וואס איך האב באקומען פון דעם האר יהושע/ישוע, עדות צו זאגן פון דער גוטער בשורה פון ה׳ס חסד.


נאר אויב איך זאל אפילו אויסגעגאסן ווערן אויף דעם קרבן און עבודה פון אייער אמונה, פריי איך מיך, און פריי מיך מיט אייך אלע צוזאמען;


ווארום איך ווער שוין געברענגט ווי א קרבן נסך, און די צייט פון מיין פטירה איז געקומען.


און זיי האבן אים מנצח געווען דורך דעם בלוט פון דעם לעמעלע, און דורך דעם ווארט פון זייער עדות זאגן; און האבן נישט ליב געהאט זייער לעבן ביז צום טויט.


איצט פריי איך מיך אין מיינע יסורים פאר אייערטוועגן, און איך פיל אָן וואס עס פעלט נאך פון די חבלי המשיח אין מיין לייב פאר זיין גוף, וואס איז די קהלה;


ווייל איך ווייס, אז אין גיכן וועל איך אפלייגן מיין געצעלט, ווי אויך אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח האט עס מיר קלאר געמאכט.


און עס איז געווארן צווישן אלע א שטארק געוויין, און זיי זענען געפאלן פוילוסן אויפן האלדז און האבן אים געקושט,


און זיי זענען אוועקגעגאנגען פון פאר דעם סנהדרין, פרייענדיק זיך וואס זיי האבן ווערטיק געווען מבזה צו ווערן צוליב דעם נאמען.


ווייל דו האסט אפגעהיטן דאס ווארט פון מיין סבלנות, וועל איך דיך אויך אפהיטן פון דער שעה פון נסיון, וואס גייט קומען איבער דער גאנצער באוואוינטער וועלט, אויסצופרואוון די איינוואוינער אויף דער ערד.


איך בענק דיך צו זען, געדענקענדיק דיינע טרערן, כדי איך זאל אנגעפילט ווערן מיט שמחה,


איך שטארב טאג טעגלעך, איך פארזיכער עס ביי אייער בארימונג, ברידער, וואס איך האב אינם משיח יהושע/ישוע דעם האר אונדזערן.


ווארום איך וועל אים ווייזן וואס ער וועט מוזן ליידן צוליב מיין נאמען.


ווייל ער האט געבענקט נאך אייך אלעמען, און זיך שטארק מצער געווען צוליב דעם, וואס איר האט געהערט, אז ער איז קראנק געווען;


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite