Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




די שליחים געשיכטע 20:6 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

6 און נאך פסח זענען מיר אוועקגעפארן מיט דער שיף פון פיליפיען, און זענען אין פינף טעג ארום געקומען צו זיי קיין טראאס, וואו מיר זענען פארבלייבן זיבן טעג.

Gade chapit la Kopi




די שליחים געשיכטע 20:6
18 Referans Kwoze  

און זעענדיק, אז עס איז געפעלן די יידן, האט ער געמערט צו ארעסטירן פעטרוסן אויך. און עס זענען (דעמאלט) געווען די טעג פונם חג המצות.


און פונדאנען קיין פיליפי, וואס איז די ערשטע שטאט פון דעם טייל מאצעדאניען, א (רוימישע) קאלאניע, און אין דער דאזיקער שטאט האבן מיר פארברענגט אייניקע טעג.


דעם מאנטל, וואס איך האב איבערגעלאזט אין טראאס ביי קארפוסן, ברענג (מיט), ווען דו קומסט, און די ספרים, איבערהויפט די פארמעטן.


נאר האבנדיק געליטן און געהאט אויסצושטיין חרפות אין פיליפי, ווי איר ווייסט, האבן מיר זיך דערמוטיקט אין אונדזער ג‑ט אנצוזאגן צו אייך די גוטע בשורה פון ה׳ אונטער גרויס געראנגל.


פוילוס און טימאטעוס, קנעכט פונם משיח יהושע/ישוע, צו אלע הייליקע אינם משיח יהושע/ישוע, וועלכע געפינען זיך אין פיליפיען, מיט די משגיחים און שמשים:


וואו מיר האבן געפונען ברידער, וועלכע האבן אונדז געבעטן צו בלייבן ביי זיי זיבן טעג, און אזוי זענען מיר געקומען קיין רוים.


און צומארגנס זענען מיר ארויסגעגאנגען, און זענען געקומען קיין קיסריה; און זענען אריינגעגאנגען אין דעם הויז פון פיליפוס דעם מבשר, איינער פון די זיבן, און איינגעשטאנען ביי אים.


און נאך דעם ווי מיר האבן אויפגעזוכט די תלמידים, זענען מיר דארט פארבלייבן זיבן טעג; און זיי האבן גערעדט צו פוילוסן דורך דעם רוח (הקודש), נישט ארויפצוגיין קיין ירושלים.


זענען זיי, פארבייגייענדיק מיסיען, אראפגעקומען קיין טראאס.


און נאך דעם ווי ער האט געזען דעם חזיון, האבן מיר גלייך געזוכט ארויסצוגיין קיין מאצעדאניען, ארויסדרינגענדיק, אז ה׳ האט אונדז גערופן אנצוזאגן צו זיי די גוטע בשורה.


די דאזיקע אבער זענען געגאנגען פארויס, און האבן געווארט אויף אונדז אין טראאס.


ווארום פוילוס האט באשלאסן פארבייצופארן עפעזוס, כדי ער זאל נישט דארפן פארלירן קיין צייט אין (קליין) אזיען; ווייל ער האט זיך געאיילט, ווי ווייט מעגלעך פאר אים, צו זיין אין ירושלים אויף שבועות.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite