Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




די שליחים געשיכטע 2:45 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

45 און האבן פארקויפט זייער האב און גוטס און עס צעטיילט צו אלעמען, לויט ווי יעדער איינער האט זיך גענייטיקט.

Gade chapit la Kopi




די שליחים געשיכטע 2:45
20 Referans Kwoze  

ווער אבער עס האט נכסים אין דער וועלט, און זעט זיין ברודער האבן נויט, און פארשליסט זיין הארץ קעגן אים, וויאזוי זשע בלייבט ה׳ס ליבע אין אים?


און עס איז נישט געווען קיין נויטליידנדער צווישן זיי, ווייל אלע, וואס האבן פארמאגט פעלדער אדער הייזער, האבן (די דאזיקע) פארקויפט, און געברענגט די פרייזן פון די פארקויפטע זאכן


ווי אבער יהושע/ישוע האט דאס געהערט, האט ער געזאגט צו אים: נאך איין זאך פעלט דיר: פארקויף אלץ, וואס דו האסט און צעטייל עס צו ארעמעלייט, און דו וועסט האבן אן אוצר אין הימל; און קום, פאלג מיר נאך!


ווי עס שטייט געשריבן: ער האט צעשפרייט, ער האט געגעבן צו די ארעמעלייט; זיין גערעכטיקייט בלייבט אויף אייביק. (תהלים קיב, ט.)


און די תלמידים האבן באשלאסן, אז יעדער איינער פון זיי, לויט זיינע מעגלעכקייטן, זאל שיקן צו דער אונטערשטיצונג פון די ברידער, וועלכע וואוינען אין יהודה.


האט יהושע/ישוע צו אים געזאגט: אויב דו ווילסט זיין שלמותדיק, גיי, פארקויף דיין רכוש, און גיב עס צו ארעמעלייט, און דו וועסט האבן אן אוצר אין הימל; און קום, פאלג מיר נאך.


זכי אבער האט זיך אנידערגעשטעלט און געזאגט צום האר: זע, די העלפט פון מיין פארמעגן, האר, גיב איך צו די ארעמעלייט, און אויב איך האב ביי עמיצן עפעס ארויסגעפרעסט, גיב איך אים אפ פיר מאל אזויפיל.


און איך זאג אייך: מאכט אייך פריינד מיט דעם ממון פון אומגערעכטיקייט, כדי ווען עס וועט אויסגיין, זאלן זיי אייך אויפנעמען אין די אייביקע וואוינונגען אריין.


ווארום וואס שייך דער עבודה פאר די קדושים, איז עס איבריק פאר מיר צו שרייבן צו אייך;


און אנידערגעלייגט ביי די פיס פון די שליחים; און עס איז צעטיילט געווארן צו יעדן איינעם, לויט זיינע באדערפענישן.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite