Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




די שליחים געשיכטע 2:14 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

14 אבער פעטרוס, אויפשטעלנדיק זיך צוזאמען מיט די עלף, האט אויפגעהויבן זיין קול און צו זיי געזאגט: איר מענער פון יהודה און אלע איינוואוינער פון ירושלים, זייט דאס וויסן, און נייגט אייערע אויערן צו מיינע ווערטער.

Gade chapit la Kopi




די שליחים געשיכטע 2:14
18 Referans Kwoze  

דאן האט ער געזאגט צו זיי: מענער פון ישראל, זייט פארזיכטיק וואס שייך די דאזיקע מענטשן, וואס איר גייט טאן.


שרייענדיק, אנשי ישראל, העלפט: דער דאזיקער מענטש איז עס, וואס לערנט אלעמען אומעטום קעגן דעם (יידישן) פאלק און דער תורה און דעם דאזיקן מקום (קדוש), נאכמער, ער האט אפילו אריינגעפירט גריכן אין בית המקדש אריין און פארשוועכט דאס דאזיקע מקום קדוש.


ער אבער האט געזאגט: ברידער און פאטערס, הערט! דער ג-ט פון כבוד האט זיך באוויזן צו אונדזער פאטער אברהם, בשעת ער איז געווען אין ארם נהרים, איידער ער האט געוואוינט אין חרן,


מענער פון ישראל, הערט די דאזיקע ווערטער: יהושע/ישוע פון נצרת, א מאן, וואס איז צו אייך געוויזן געווארן פון ה׳ דורך גבורות, מופתים און אותות, וועלכע ה׳ האט געטאן דורך אים אין אייער מיט, ווי איר ווייסט עס אליין,


און האבן געווארפן גורל פאר זיי, און דאס גורל איז אויסגעפאלן אויף מתיה; און ער איז צוגערעכנט געווארן צו די עלף שליחים.


הערט זיך צו, געליבטע ברידער מיינע, צי האט דען ה׳ נישט אויסדערוויילט די אביונים אין דער וועלט, אז זיי זאלן זיין עשירים אין אמונה און יורשים פון דעם מלכות, וואס ער האט צוגעזאגט די, וואס האבן אים ליב!


און פוילוס האט זיך אויפגעשטעלט און געמאכט א צייכן מיט דער האנט, און געזאגט: אנשי ישראל, און איר, וואס האבן מורא פאר ה׳, הערט!


און ווען יהושע/ישוע איז געבוירן געווארן אין בית‑לחם יהודה, אין די טעג פון קעניג הורדוס, זע, שטערנזעער פונם מזרח זענען אנגעקומען קיין ירושלים,


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite