Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




די שליחים געשיכטע 19:13 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

13 און אייניקע פון די יידישע וואנדערער, בעלי שם, האבן אונטערגענומען אנצורופן דעם נאמען פון דעם האר יהושע/ישוע אויף די, וואס האבן געהאט בייזע גייסטער, אזוי צו זאגן: איך באשווער אייך ביי יהושען/ישוען, וועמען פוילוס רופט אויס!

Gade chapit la Kopi




די שליחים געשיכטע 19:13
15 Referans Kwoze  

און אויב איך טרייב ארויס בייזע גייסטער דורך דעם בעל‑זבול, דורך וועמען טרייבן אייערע קינדער זיי ארויס? דערפאר וועלן זיי זיין אייערע שופטים.


יוחנן האט צו אים געזאגט; רבי, מיר האבן געזען איינעם ארויסטרייבן בייזע גייסטער אין דיין נאמען; און מיר האבן עס אים פארווערט, ווייל ער פאלגט אונדז נישט נאך.


און אויב איך טרייב ארויס די בייזע גייסטער דורך דעם בעל‑זבול, דורך וועמען טרייבן אייערע קינדער זיי ארויס? דערפאר וועלן זיי זיין אייערע שופטים.


און יוחנן האט ענטפערנדיק געזאגט: האר, מיר האבן געזען איינעם, וואס האט אין דיין נאמען ארויסגעטריבן בייזע גייסטער, און מיר האבן עס אים פארווערט, ווייל ער פאלגט נישט נאך מיט אונדז.


און האט א געשריי געטאן מיט א הויך קול, און געזאגט: וואס האב איך מיט דיר, יהושע/ישוע, דו זון פון דער אויבערשטער? איך באשווער דיך ביי ה׳, דו זאלסט מיך נישט פייניקן!


יהושע/ישוע אבער האט געשוויגן. און דער כהן גדול האט געזאגט צו אים: איך באשווער דיך ביי דעם לעבעדיקן ג‑ט, אז דו זאלסט אונדז זאגן, צי דו ביסט דער משיח, דער זון פון דער אויבערשטער!


און די, וואס האבן דאס געטאן זענען געווען זיבן בנים פון געוויסן סקעווא, א ייד, איינער פון די ”גרויסע כהנים“.


ווארום אויב דער, וועלכער קומט, דרשנט אן אנדערן יהושע/ישוע, וואס מיר האבן נישט געדרשנט, אדער איר זענט מקבל אן אנדערן גייסט, וועלכן איר האט נישט מקבל געווען, אדער אן אנדערע גוטע בשורה וואס איר האט נישט אנגענומען, דערטראגט איר (אים) וואויל.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite