Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




די שליחים געשיכטע 18:8 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

8 קריספוס אבער, דער גבאי פון דער שול, האט געגלויבט אין דעם האר צוזאמען מיט זיין גאנץ הויזגעזינד; און א סך פון די קארינטער, וועלכע האבן געהערט, האבן געגלויבט און זיך געלאזט טובל זיין אין דער מקווה.

Gade chapit la Kopi




די שליחים געשיכטע 18:8
25 Referans Kwoze  

וועלכער וועט רעדן צו דיר ווערטער, דורך וועלכע דו וועסט געהאלפן ווערן און דיין גאנץ הויז.


ווען אבער זיי האבן געגלויבט פיליפוסן, וועלכער האט זיי אנגעזאגט די גוטע בשורה וועגן דעם קעניגרייך פון ה׳ און דעם נאמען פון יהושע/ישוע המשיח, האבן זיי זיך געלאזט טובל זיין אין דער מקווה, מענער און פרויען.


און אלע האבן געכאפט סאסטענעסן, דעם גבאי פון שול, און אים געשלאגן פאר דער כסא המשפט; און גאליאן האט זיך נישט אנגענומען (פון דער אנטיסעמיטיזם).


און האט זיי אריינגעפירט אין זיין הויז, און געדעקט א טיש (פאר זיי), און זיך זייער געפריידט מיט זיין גאנץ הויזגעזינד, אז ער איז געווארן א מאמין אין ה׳.


און נאכן לייענען די תורה און די נביאים, האבן די גבאים פון דער שול געשיקט צו זיי, אזוי צו זאגן: ברידער, אויב איר האט עפעס א ווארט פון מוסר פאר דעם עולם, זאגטס.


א פרומער (מענטש) און א ירא שמים מיט זיין גאנץ בני בית, טוענדיק פיל צדקה צום פאלק און תמיד מתפלל זייענדיק צו ה׳.


בשעת ער האט נאך גערעדט, קומט מען פון דעם גבאיס הויז, אזוי צו זאגן: דיין טאכטער איז געשטארבן; וואס באמיסטו נאך דעם רבין?


און עס קומט איינער פון די גבאים פון דער שול, יאיר האט ער געהייסן, און זעענדיק אים, פאלט ער אנידער פאר זיינע פיס,


גייט דעריבער און מאכט אלע פעלקער פאר תלמידים, און זיי מיט דער מקווה געגאנגען אונטער די וואסער אין דעם נאמען פון דעם פאטער און דעם זון און דעם רוח הקודש,


נאך דעם איז ער ארויסגעגאנגען פון אטען, און איז געקומען קיין קארינט.


און עס איז געשען, בשעת אפאלאס איז געווען אין קארינט, איז פוילוס, נאכן דורכגיין די אינלענדישע טיילן פון (קליין) אזיען, געקומען קיין עפעזוס; און ווען ער האט (דארט) געפונען אייניקע תלמידים,


צו דער קהלה פון ה׳, וועלכע איז אין קארינט, צו די געהייליקטע אינם משיח יהושע/ישוע, צו די בארופענע קדושים, צוזאמען מיט אלע, וואס רופן אָן דעם נאמען פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח אויף יעדן ארט, זייער (האר) און אונדזערער;


פוילוס, א שליח פונם משיח יהושע/ישוע דורך ה׳ס רצון, און טימאטעוס, דער ברודער, צו דער קהלה פון ה׳, וועלכע געפינט זיך אין קארינט, צוזאמען מיט אלע הייליקע, וואס זענען אין גאנץ אכאיא:


איך אבער רוף ה׳ אלס עדות אויף מיין נשמה, אז כדי אייך צו שוינען בין איך נאך נישט געקומען קיין קארינט.


אונדזער מויל האט זיך אויפגעמאכט צו אייך, אָ קארינטער, אונדזער הארץ איז ברייט געווארן.


עראסטוס איז פארבלייבן אין קארינט; טראפימוסן אבער האב איך איבערגעלאזן קראנק אין מילעטוס.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite