Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




די שליחים געשיכטע 18:7 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

7 און איז אוועקגעגאנגען פון דארטן, און איז אריינגעגאנגען אין הויז פון א געוויסן (מאן), מיטן נאמען טיציוס יוסטוס, א יראת שמימדיקער (גר), וועמעס הויז איז געווען ביי דער שול.

Gade chapit la Kopi




די שליחים געשיכטע 18:7
9 Referans Kwoze  

און א ג‑טספארכטיקע פרוי, מיטן נאמען לידיא, א פארקויפערין פון פורפור, אויס דער שטאט טיאטירא, האט זיך צוגעהערט; וואס דער האר האט איר אויפגעמאכט דאס הארץ צו פארנעמען די רייד פון פוילוסן.


און יהושע/ישוע, וועלכער ווערט גערופן יוסטוס, וואס זענען פון די געמלטע; די דאזיקע זענען מיינע איינציקע מיטארבעטער אין דעם קעניגרייך פון ה׳, וועלכע זענען געווארן פאר מיר א נחמה.


און אייניקע פון זיי האבן זיך איבערצייגט, און זיך באהאפטן צו פוילוסן און סילאן; און פון די יראת שמימדיקע גריכן א גרויסער עולם, און פון די פארנעמע פרויען נישט ווייניקע.


און בשעת זיי זענען ארויסגעגאנגען (פון שול), האט מען זיי געבעטן, אז דעם קומענדיקן שבת זאלן די זעלביקע רייד גערעדט ווערן צו זיי.


האבן זיי געזאגט: קארנעליוס, אן אפיציר, אן איש צדיק און ירא שמים, און וואס האט א גוטן שם ביים גאנצן יידישן פאלק, האט באקומען א באפעל פון א הייליקן מלאך, צו שיקן דיך רופן אין זיין הויז אריין, און צו הערן רייד פון דיר.


א פרומער (מענטש) און א ירא שמים מיט זיין גאנץ בני בית, טוענדיק פיל צדקה צום פאלק און תמיד מתפלל זייענדיק צו ה׳.


מיר ווייסן, אז ה׳ דערהערט נישט קיין חוטאים; נאר אויב עמיצער איז א ירא שמים און טוט זיין רצון, דעם דאזיקן דערהערט ער יא.


און ווען קהל איז זיך צעגאנגען, האבן א סך פון די יידן און פון די פרומע גרים נאכגעפאלגט פוילוסן און בר‑נבאן, וועלכע האבן גערעדט צו זיי און זיי מזהיר געווען צו פארבלייבן אין דעם חסד פון ה׳.


די יידן אבער האבן אונטערגעהעצט די פרומע און אנגעזענע פרויען און די פארנעמע לייט פון דער שטאט, און האבן אויפגעוועקט א רדיפה אויף פוילוסן און בר‑נבאן, און זיי ארויסגעטריבן פון זייערע גרענעצן.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite