Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




די שליחים געשיכטע 17:3 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

3 אויפעפנענדיק און דערווייזנדיק, אז דער משיח האט געדארפט ליידן און אויפשטיין פון די טויטע, און אז דער דאזיקער יהושע/ישוע, וועלכן איך זאג אייך אָן, איז דער משיח.

Gade chapit la Kopi




די שליחים געשיכטע 17:3
16 Referans Kwoze  

ווארום מיטן גאנצן כוח האט ער געהאלטן וויכוחים מיט די יידן, אויפווייזנדיק עפנטלעך פון די כתבי (הקודש), אז יהושע/ישוע איז דער משיח.


שאול אבער האט זיך נאך מער געשטארקט, און האט צעמישט די יידן, וועלכע האבן געוואוינט אין דמשק, אויפווייזנדיק, אז דער דאזיקער איז דער משיח.


און זיי האבן געזאגט איינער צום אנדערן: צי האט דען נישט אונדזער הארץ געברענט אין אונדז, בשעת ער האט מיט אונדז גערעדט אויפן וועג, ווי ער האט אונדז אויפגעעפנט די כתבי (הקודש)?


אבער ה׳ האט אויף אזא אופן דערפילט, וואס ער האט פארויסגעזאגט דורך דעם מויל פון אלע נביאים, אז זיין משיח וועט ליידן.


און האט צו זיי געזאגט: אזוי שטייט געשריבן, אז דער משיח זאל ליידן, און אויפשטיין פון די טויטע דעם דריטן טאג,


אומפארשטאנדיקע גאלאטער! ווער האט אייך פארכישופט, אייך, פאר וועמעס אויגן יהושע/ישוע המשיח איז פריער געמאָלט געווארן אלס אויפגעהאנגען אויף דער בוים?


און ווען זיי זענען געווען פארזאמלט, האט ער זיי באפוילן נישט אוועקצוגיין פון ירושלים, נאר צו ווארטן אויף דער הבטחה פונם פאטער, וועלכע—האט ער געזאגט—איר האט געהערט פון מיר;


ווארום זיי האבן נאך נישט פארשטאנען די שריפט, אז ער מוז אויפשטיין פון די טויטע.


און ער האט צו זיי געזאגט: דאס זענען מיינע ווערטער, וואס איך האב צו אייך גערעדט, בשעת איך בין נאך געווען מיט אייך, אז אלץ מוז דערפילט ווערן, וואס עס שטייט געשריבן אין תורת משה, און אין די נביאים, און אין תהלים, וועגן מיר.


ווי אבער סילא און טימאטעוס זענען אנגעקומען פון מאצעדאניען, האט פוילוס זיך אינגאנצן געווידמעט דעם ווארט, עדות זאגנדיק צו יידן, אז יהושע/ישוע איז דער משיח.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite