Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




די שליחים געשיכטע 17:10 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

10 און די ברידער האבן גלייך ארויסגעשיקט פוילוסן און סילאן ביינאכט קיין בערעא; און ווען זיי זענען אהינגעקומען, זענען זיי אריינגעגאנגען אין דער יידישער שול אריין.

Gade chapit la Kopi




די שליחים געשיכטע 17:10
16 Referans Kwoze  

נאר האבנדיק געליטן און געהאט אויסצושטיין חרפות אין פיליפי, ווי איר ווייסט, האבן מיר זיך דערמוטיקט אין אונדזער ג‑ט אנצוזאגן צו אייך די גוטע בשורה פון ה׳ אונטער גרויס געראנגל.


און לויט זיין געוואוינהייט איז פוילוס אריינגעגאנגען צו זיי, און במשך פון דריי שבתים האט ער זיך מיט זיי מתווכח געווען פון די כתבי (הקודש),


און ביז (קליין) אזיען האבן אים באגלייט סאפאטרוס בן פורוס פון בערעא; און פון די טעסאלאניקער, אריסטארכוס און סעקונדוס; און גאיוס פון דערבע, און טימאטעוס; און טיכיקוס און טראפימוס, פון (קליין) אזיען.


זיינע תלמידים אבער האבן אים גענומען ביינאכט, און אראפגעלאזט פון דער שטאטמויער, אראפנידערנדיק אים אין א קארב.


און אין די דאזיקע טעג איז פעטרוס אויפגעשטאנען אין דער מיט פון די ברידער און האט געזאגט—אן עולם אן ערך הונדערט און צוואנציק זענען דערביי געווען פארזאמלט—


און האט גלייך אויסגערופן אין די שולן, אז יהושע/ישוע איז דער זון פון דער אויבערשטער.


דעמאלט איז עס וואוילגעפעלן די שליחים און די זקנים מיט דער גאנצער קהלה צו שיקן אויסדערוויילטע מענער פון זייער מיט קיין אנטיאכיען מיט פוילוסן און בר‑נבאן: (נעמלעך,) יהודהן, וואס מען האט אים גערופן בר‑שבא, און סילא, מענער מנהיגים צווישן די ברידער;


און רייזנדיק דורך אמפיפאליס און אפאלאניע, זענען זיי געקומען קיין טעסאלאניקא, וואו עס איז געווען א יידישע שול.


און אייניקע פון זיי האבן זיך איבערצייגט, און זיך באהאפטן צו פוילוסן און סילאן; און פון די יראת שמימדיקע גריכן א גרויסער עולם, און פון די פארנעמע פרויען נישט ווייניקע.


און ווי זיי האבן זיי נישט געפונען, האבן זיי ארויסגעשלעפט יאזאנען און אייניקע ברידער צו די מנהיגים פון דער שטאט, שרייענדיק: די דאזיקע לייט, וועלכע האבן אויפגעברויזט די וועלט, זענען אויך אהערגעקומען;


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite