און בשעת איך בין געווען ביי אייך און האב געליטן נויט, בין איך קיינעם נישט געפאלן צו לאסט; ווארום די ברידער, וואס זענען געקומען פון מאצעדאניען, האבן פול אנגעפילט מיין נויט; און אין אלעם האב איך מיך געהיטן נישט (צו זיין) קיין לאסט פאר אייך, און וועל מיך נאך היטן.
און אזויווי לוד איז נאענט ביי יפו, ווייל די תלמידים האבן געהערט, אז פעטרוס געפינט זיך דארטן, האבן זיי געשיקט צוויי מענער צו אים און געבעטן: פארזאם דיך נישט צו קומען צו אונדז.
און נאכן איינשטייגן אויף א שיף פון אדראמיציום, וועלכע האט געזאלט גיין צו די מקומות פון די (קליין) אזיאטישע ים ברעגעס, זענען מיר אפגעפארן, און מיט אונדז איז געווען אריסטארכוס, א מאצעדאניער פון טעסאלאניקא.