Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




די שליחים געשיכטע 16:3 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

3 אים האט פוילוס געוואלט האבן מיט זיך ארויסצוגיין, אויף דער נסיעה, און האט גענומען און אים מל געווען צוליב די יידן, וואס האבן זיך געפונען אין יענע מקומות; ווארום אלע האבן געוואוסט, אז זיין פאטער איז געווען א גריך.

Gade chapit la Kopi




די שליחים געשיכטע 16:3
10 Referans Kwoze  

דאך אפילו טיטוסן, וועלכער איז געווען מיט מיר, הגם א גריך, האט מען נישט געצוואונגען זיך צו לאזן מל זיין;


און צו יידן בין איך געווארן ווי א ייד, כדי איך זאל געווינען יידן; צו די, וואס זענען אונטער דער (מחמיר חומרא) תורה, ווי אונטער דער (מחמיר חומרא) תורה, נישט זייענדיק אליין אונטער דער (מחמיר חומרא) תורה, כדי איך זאל געווינען די, וואס זענען אונטער דער (מחמיר חומרא) תורה;


ווארום אין משיח יהושע/ישוע נישט די מילה נישט די ערלה גילט עפעס, נאר אמונה, וואס ווירקט דורך ליבע.


ווארום דער, וועלכער האט קרעפטיק געווירקט אין פעטרוסן אין דער שליחות צו די געמלטע, האט אויך קרעפטיק געווירקט אין מיר צווישן די אומות (העולם)—


די מילה איז גארנישט, און די ערלה איז גארנישט; נאר דאס אפהיטן די מצוות פון ה׳.


און פוילוס האט אויסדערוויילט סילאן און איז אוועקגעגאנגען, ווערנדיק איבערגעגעבן פון די ברידער צו דעם חסד פון דעם האר.


בר‑נבא אבער האט געוואלט מיטנעמען אויך דעם יוחנן, וועמען מען האט גערופן מארקוס.


נאר צו שרייבן צו זיי, זיך אפצוהאלטן פון טומאה פון די אפג-טער, און פון זנות, און פון (דעם פלייש פון א בהמה) וואס איז דערווארגן געווארן, און פון בלוט.


איר אבער ווייסט זיין אויסגעפרואווטקייט, אז ווי א קינד צו זיין פאטער, אזוי האט ער געארבעט ווי א קנעכט מיט מיר אין דער בשורה טובה.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite