Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




די שליחים געשיכטע 16:16 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

16 און עס איז געשען, בשעת מיר זענען געגאנגען צום בית התפילה, אז א דינסטמיידל, וואס האט געהאט א גייסט פון נחוש (כישוף) פון ווארזאגער, האט אונדז באגעגענט; וואס פלעגט אריינגעברענגען אירע בעלי בתים א סך פארדינסט פון איר ווארזאגן.

Gade chapit la Kopi




די שליחים געשיכטע 16:16
21 Referans Kwoze  

עבודה זרה, כישוף, שנאה, צאנקעריי, אייפערזוכט, צארן, קריגעריי, מחלוקת, כיתות,


ווארום דער שורש פון אלעם שלעכטן איז די ליבע צו געלט; וואס אייניקע האבן געגלוסט און זענען פארפירט געווארן פון דער אמונה און האבן זיך אליין געקוועלט מיט א סך יסורים.


און פונקט ווי יאנעס און יאמברעס האבן זיך אקייגנגעשטעלט משה (רבינו), אזוי שטעלן זיך אויך די דאזיקע אנטקעגן דעם אמת; מענטשן מיט א פארדארבענעם פארשטאנד, פארווארפן וואס שייך דער אמונה.


דאס האט זי אבער געטאן במשך פון פיל טעג. און פוילוס איז דערפון טרויעריק געווארן, און האט זיך א קער געטאן און געזאגט צום גייסט: איך באפעל דיר אינם נאמען פון יהושע/ישוע המשיחן ארויסצוגיין פון איר. און ער איז ארויס פון איר אין דער זעלביקער שעה.


און דעם טאג פון שבת זענען מיר ארויסגעגאנגען אויסער דעם טויער צו א טייך, וואו מיר האבן זיך משער געווען, אז עס איז א בית התפילה; און האבן זיך אנידערגעזעצט און גערעדט מיט די פרויען, וואס זענען זיך צוזאמענגעקומען.


און אויס געלטגיריקייט וועלן זיי אייך פארקויפן מיט באטריגערישע רייד; דאס משפט אויף זיי פון לאנג אָן זוימט זיך נישט און די פארדארבונג זייערע דרימלט נישט.


ווארום א געוויסער מאן, מיטן נאמען דימעטריוס, א זילבערשמיד, וועלכער פלעגט מאכן זילבערנע טעמפלען פון ארטעמיס, און געבן די האנטווערקער נישט קיין קליינעם פארדינסט;


און זעענדיק, אז די האפענונג פון זייער פארדינסט איז פארשווונדן, האבן אירע בעלי בתים געכאפט פוילוסן און סילאן, און זיי געשלעפט אין מארק אריין צו די מושלים,


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite