Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




די שליחים געשיכטע 15:9 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

9 און נישט געמאכט קיין חילוק צווישן אונדז און זיי, רייניקנדיק זייערע הערצער דורך דער אמונה.

Gade chapit la Kopi




די שליחים געשיכטע 15:9
24 Referans Kwoze  

אז די אומות (העולם) זענען מיטיורשים און מיטגלידער און מיטאנטיילנעמער פון דער הבטחה אינם משיח יהושע/ישוע דורך דער בשורה טובה,


און האט צו זיי געזאגט: איר ווייסט אליין ווי עס איז אסור פאר א יידן זיך צו באהעפטן אדער צו קומען צו איינעם פון א פרעמד פאלק; נאר ה׳ האט מיר געוויזן, קיין מענטשן נישט צו רופן געמיין אדער טמא.


וואו עס איז נישטא קיין גריך און ייד, מילה און ערלה, בארבאר, סקיטער, קנעכט, פרייער (מענטש), נאר משיח איז אלץ און אין אלעם.


ווארום אין משיח יהושע/ישוע נישט די מילה נישט די ערלה גילט עפעס, נאר אמונה, וואס ווירקט דורך ליבע.


עס גיבט מער נישט ייד נישט גריך, עס גיבט מער נישט קנעכט נישט פרייער (מענטש), עס גיבט מער נישט זכר און נקבה; ווארום אלע זענט איר איינס אינם משיח יהושע/ישוע.


צו דער קהלה פון ה׳, וועלכע איז אין קארינט, צו די געהייליקטע אינם משיח יהושע/ישוע, צו די בארופענע קדושים, צוזאמען מיט אלע, וואס רופן אָן דעם נאמען פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח אויף יעדן ארט, זייער (האר) און אונדזערער;


די גערעכטיקייט פון ה׳, דורך אמונה אין יהושען/ישוען דעם משיח, פאר אלע, וואס גלויבן, ווייל עס איז נישטא קיין חילוק;


און דער גייסט האט געזאגט צו מיר, איך זאל מיטגיין מיט זיי, און זיך גארנישט ווייגערן. און די דאזיקע זעקס ברידער זענען מיטגעגאנגען מיט מיר, און מיר זענען אריינגעגאנגען אין דעם מאנס הויז;


און האבנדיק געלייטערט אייערע נפשות אין דער געהארכזאמקייט פון דעם אמת צו אן אויפריכטיקער ברידערלעכער ליבע, זאלט איר ערנסט ליב האבן איינער דעם אנדערן פונם הארצן ארויס;


און פעטרוס, האט אויפגעמאכט זיין מויל און געזאגט: אויף אן אמת בין איך משיג, אז ה׳ איז נישט קיין נושא פנים;


איז דער בארופענער א געמלטער? זאל ער נישט ווערן אומגעמלט, איז עמיצער בארופן געווארן אלס אן ערל? זאל ער זיך נישט מל זיין.


וועלכע ער האט אויך גערופן, (נעמלעך) אונדז, נישט נאר פון יידן נאר אפילו פון נישט יידן?


דעריבער וואס? צי האבן מיר דען עפעס א מעלה? בשום אופן נישט! ווארום מיר האבן שוין פריער באוויזן, אז סאי דער ייד און סאי דער גריך זענען אלע אונטער דער זינד;


און אנקומענדיק אהין, האבן זיי צוזאמענגעברענגט די קהלה, און דערציילט אלץ, וואס ה׳ האט מיט זיי געטאן, און אז ער האט אויפגעעפנט פאר די אומות (העולם) א טיר פון אמונה.


און דאס זעלביקע איז געשען אין איקאניען. זיי זענען אריינגעגאנגען אין דער יידישער שול און האבן אזוי גערעדט, אז עס האט געגלויבט פון יידן און גריכן א גרויסער המון.


און ווידער איז א קול געקומען צו אים צום צווייטן מאל: וואס ה׳ האט ריין געמאכט, דאס זאלסטו נישט (רופן) טמא.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite