Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




די שליחים געשיכטע 15:11 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

11 ניין, נאר דורך דעם חסד פון דעם האר יהושע/ישוע גלויבן מיר דערלייזט צו ווערן אויף דעם זעלביקן אופן ווי יענע.

Gade chapit la Kopi




די שליחים געשיכטע 15:11
14 Referans Kwoze  

און ווערן גערעכטפערטיקט פריי דורך זיין חסד דורך דער אויסלייזונג פונם משיח יהושע/ישוע;


ווארום ה׳ס חסד איז דערשינען, ברענגענדיק די ישועה צו אלע מענטשן,


און ווייל מיר ווייסן, אז קיין מענטש ווערט נישט גערעכטפערטיקט דורך מעשים פון דער תורה, נאר דורך דער אמונה פונם משיח יהושע/ישוע, האבן מיר אויך געגלויבט אין דעם משיח יהושע/ישוע, כדי מיר זאלן גערעכטפערטיקט ווערן דורך אמונה אינם משיח, און נישט דורך מעשים פון דער תורה; ווייל דורך מעשים פון דער תורה וועט קיין בשר נישט גערעכטפערטיקט ווערן.


זאל דער חסד פון דעם האר יהושע/ישוע המשיח און די ליבע פון ג‑ט און די חברותאשאפט פון דעם רוח הקודש זיין מיט אייך אלעמען.


ווארום איר קענט דעם חסד פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח, אז הגם ער איז געווען רייך, דאך פאר אייערטוועגן איז ער געווארן ארעם, כדי דורך זיין ארעמקייט זאלט איר ווערן רייך.


זאל דער חסד פון דעם האר יהושע/ישוע זיין מיט אייך.


ווארום דער שכר פון זינד איז דער טויט, אבער דאס אייביקע לעבן איז ה׳ס מתנה אינם משיח יהושע/ישוע אונדזער האר.


אבער נישט ווי די עבירה, אזוי איז די מתנה. ווארום, אויב דורך דער עבירה פון דעם איינעם זענען די פילע געשטארבן, וויפל מער זענען ה׳ס חסד און די מתנה דורך דעם איינעם מענטשן, יהושע/ישוע המשיח, איבערגעפלאסן צו די פילע!


איך וואונדער מיך, וואס אזוי געשווינט נייגט איר זיך אפ פון דעם, וועלכער האט אייך גערופן אין דעם חסד פונם משיח, צו אן אנדערער בשורה טובה;


און זיי האבן געזונגען א ניי ניגון, אזוי צו זאגן: ראוי ביסטו צו נעמען דאס ספר און צו עפענען זיינע חתימות; ווייל דו ביסט געשחטן געווארן, און האסט אויסגעקויפט פאר ה׳ מיט דיין אייגן בלוט די (מענטשן) פון יעדן שבט און לשון און פאלק און אומה,


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite