Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




די שליחים געשיכטע 15:1 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

1 און אייניקע זענען אראפגעקומען פון (דעם לאנד) יהודה און האבן געלערנט די ברידער (אזוי צו זאגן): אויב איר וועט זיך נישט לאזן מל זיין כדת משה, קענט איר נישט געראטעוועט ווערן.

Gade chapit la Kopi




די שליחים געשיכטע 15:1
25 Referans Kwoze  

ווארום אין משיח יהושע/ישוע נישט די מילה נישט די ערלה גילט עפעס, נאר אמונה, וואס ווירקט דורך ליבע.


נאר עס זענען אויפגעשטאנען אייניקע מאמינים פון דער כיתה פון די פרושים, וועלכע האבן געזאגט: מען מוז זיי (די אומות (העולם)) מל זיין, און אנזאגן אפצוהיטן תורת משה (די תרי״ג מצוות).


גיט אכטונג, אז עס זאל אייך קיינער נישט נעמען געפאנגען דורך דער פילאזאפיע און פוסטן באטרוג, לויט דער קבלה פון מענטשן, לויט די יסודותדיקע כללים פון דער וועלט, און נישט לויט משיחן;


אזוי ווי מיר האבן געהערט, אז אייניקע פון אונדז האבן אייך באאומרואיקט מיט ווערטער, וואס פארשאפן אייך עגמת נפש; וועמען מיר האבן עס נישט באפוילן,


משה האט אייך געגעבן די מילה—נישט דאס זי איז פון משהן, נאר פון די אבות—און איר זענט מל א מענטשן אין שבת.


דאן, נאך פערצן יאר, בין איך ווידער ארויפגעגאנגען קיין ירושלים מיט בר‑נבאן, מיטנעמענדיק מיט מיר אויך טיטוסן.


און ווערנדיק באגלייט פון דער קהלה, זענען זיי דורכגעגאנגען פעניציען און שומרון, און האבן דערציילט וועגן דער באקערונג (צו ה׳) פון די אומות (העולם), און פארשאפט א גרויסע פרייד צו אלע ברידער.


ווארום מיר האבן אים געהערט זאגן, אז דער דאזיקער יהושע/ישוע פון נצרת, וועט צעשטערן דאס ארט און ענדערן די חוקים, וועלכע משה האט אונדז איבערגעגעבן.


דעריבער זאל אייך קיינער נישט משפטן וועגן מאכל און משקה, אדער וואס שייך א יום טוב, אדער ראשי חדשים, אדער שבתים;


און הערנדיק דאס, האבן זיי געלויבט ה׳; און צו אים געזאגט: דו זעסט, ברודער, וויפל טויזנטער יידן עס זענען, וועלכע גלויבן, און אלע זענען קנאים פאר דער תורה;


דעמאלט איז עס וואוילגעפעלן די שליחים און די זקנים מיט דער גאנצער קהלה צו שיקן אויסדערוויילטע מענער פון זייער מיט קיין אנטיאכיען מיט פוילוסן און בר‑נבאן: (נעמלעך,) יהודהן, וואס מען האט אים גערופן בר‑שבא, און סילא, מענער מנהיגים צווישן די ברידער;


און אין די דאזיקע טעג איז פעטרוס אויפגעשטאנען אין דער מיט פון די ברידער און האט געזאגט—אן עולם אן ערך הונדערט און צוואנציק זענען דערביי געווען פארזאמלט—


שרייבנדיק דורך זייער האנט: די שליחים און די זקנים און ברידער צו די ברידער, וועלכע זענען פון די אומות העולם, און געפינען זיך אין אנטיאכיען און סיריען און קיליקיען, שלום!


און יהודה און סילא, וועלכע זענען אליין אויך געווען נביאים, האבן געטרייסט די ברידער מיט פיל ווערטער, און זיי געשטארקט.


אלע, וואס ווילן מאכן א שיין פנים אינם פלייש, צווינגען אייך זיך צו לאזן מל זיין; בלויז כדי זיי זאלן נישט גערודפט ווערן פארן בוים פון משיח.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite