21 און האבן אנגעזאגט די גוטע בשורה אין יענער שטאט, און געוואונען אן אנגעזענע צאל תלמידים, און זיך אומגעקערט קיין ליסטרא און קיין איקאניען און קיין אנטיאכיען,
עס זענען אבער געקומען יידן פון אנטיאכיען און איקאניען און איבעררעדנדיק די מאסן און שטייניקנדיק פוילוסן, האבן זיי אים ארויסגעשלעפט אויסער דער שטאט, מיינענדיק, אז ער איז טויט.
און דאס זעלביקע איז געשען אין איקאניען. זיי זענען אריינגעגאנגען אין דער יידישער שול און האבן אזוי גערעדט, אז עס האט געגלויבט פון יידן און גריכן א גרויסער המון.
און זיי האבן אפגעשאקלט דעם שטויב פון זייערע פיס קעגן זיי, און זענען אוועק קיין איקאניען.
מיינע פארפאלגונגען, עינויים, וועלכע זענען געקומען אויף מיר אין אנטיאכיען, אין איקאניום, אין ליסטרא; וואס פאר א רדיפות איך האב איבערגעטראגן; און פון אלע האט מיך דער האר מציל געווען.
האבן זיי זיך דערפון דערוואוסט, און זענען אנטלאפן אין די שטעט אריין פון ליקאאניען, ליסטרא און דערבע און דער געגנט ארום;
זיי אבער זענען ווייטער געגאנגען פון פערגא, און זענען געקומען קיין אנטיאכיען אין (לאנד) פיסידיען; און שבת זענען זיי אריינגעגאנגען אין דער שול און האבן זיך אנידערגעזעצט.
גייט דעריבער און מאכט אלע פעלקער פאר תלמידים, און זיי מיט דער מקווה געגאנגען אונטער די וואסער אין דעם נאמען פון דעם פאטער און דעם זון און דעם רוח הקודש,
און ער האט געהאט א גוטן שם ביי די ברידער אין ליסטרא און איקאניען.
און אין אייניקע טעג ארום האט פוילוס געזאגט צו בר‑נבאן: לאמיר זיך אומקערן און באזוכן די ברידער אין אלע שטעט, אין וועלכע מיר האבן אנגעזאגט דאס ווארט פון דעם האר, (און זען) ווי עס דערגייט זיי.
און אין ליסטרא פלעגט זיצן א מאן, וואס איז געווען שוואך אויף די פיס, לאם פון זיין מוטערס לייב, וועלכער איז קיינמאל נישט ארומגעגאנגען.
לויבנדיק ה׳ און געפינענדיק חן ביים גאנצן פאלק. און יעדן טאג האט דער האר מוסיף געווען צו זיי די, וואס זענען געראטעוועט געווארן.
און האבן דארטן אנגעזאגט די גוטע בשורה.
מענער, פארוואס טוט איר דאס? אויך מיר זענען מענטשן מיט געפילן ענלעך צו אייך, און זאגן אייך אָן א בשורה טובה, זיך אפצוקערן פון די דאזיקע נישטיקייטן צום לעבעדיקן ג‑ט, וועלכער האט באשאפן הימל און ערד און דעם ים און אלץ, וואס (געפינט זיך) אין זיי;
און פון דארטן זיך אוועקגעשיפט קיין אנטיאכיען, פונוואנען זיי זענען איבערגעגעבן געווארן צו ה׳ס חסד צו (טאן) די ארבעט, וואס זיי האבן דערפילט.