11 און די המונים, זעענדיק וואס פוילוס האט געטאן, האבן אויפגעהויבן זייער קול אויף דעם ליקאאנישן לשון, אזוי צו זאגן: די ג‑טער אין געשטאלט פון מענטשן האבן אראפגענידערט צו אונדז.
און זיי האבן דערווארט, אז ער וועט געשוואלן ווערן אדער פלוצלונג אנידערפאלן טויט; ווי אבער זיי האבן לאנג געווארט, און געזען, אז עס געשעט אים נישט קיין שום שלעכטס, האבן זיי געענדערט זייער מיינונג, און געזאגט, אז ער איז א ג-ט.
וואס צו אים האבן זיך אלע צוגעהערט, פון קליין ביז גרויס, און געזאגט: דער דאזיקער (מאן) איז די קראפט פון ג-ט, וואס מען רופט די גרויסע.
און דאס פאלק האט געשריגן: עס איז דאס קול פון א ג-ט און נישט פון קיין מענטשן!
האבן זיי זיך דערפון דערוואוסט, און זענען אנטלאפן אין די שטעט אריין פון ליקאאניען, ליסטרא און דערבע און דער געגנט ארום;
און האבן גערופן בר‑נבאן צעאוס (יופיטער) און פוילוסן הערמעס (מערקוריוס), ווייל ער איז געווען דער הויפט רעדנער.