8 נאר עלימאס, דער כישוף מאכער (ווארום דאס איז די אראביש גריכישע באטייטונג פון זיין נאמען), האט זיך זיי אקייגנגעשטעלט, זוכנדיק אוועקצוקערן דעם פראקאנסול פון דער אמונה.
און פונקט ווי יאנעס און יאמברעס האבן זיך אקייגנגעשטעלט משה (רבינו), אזוי שטעלן זיך אויך די דאזיקע אנטקעגן דעם אמת; מענטשן מיט א פארדארבענעם פארשטאנד, פארווארפן וואס שייך דער אמונה.
און דעמאלט, ווי דער פראקאנסול האט געזען וואס איז פארגעקומען, האט ער געגלויבט, שטוינענדיק איבער דער לערנונג פון דעם האר.
און אין יפו איז געווען א תלמידה מיטן נאמען טביתא, אויף א (גריכישער) איבערזעצונג האט מען זי גערופן דארקאס; זי איז געווען פול מיט מעשים טובים און צדקות, וואס זי האט געטאן.
און א געוויסער מאן מיטן נאמען שמעון, וועלכער פלעגט זיך פריער אפגעבן מיט כשוף אין דער שטאט און האט דערשטוינט דאס פאלק פון שומרון, אויסגעבנדיק זיך פאר עפעס גרויס;
און ה׳ס ווארט איז געוואקסן, און די צאל תלמידים אין ירושלים האט זיך שטארק פארמערט, אפילו א גרויסע מאסע פון די כהנים איז געווארן געהארכזאם צום אמונה.
דער דאזיקער געפינט צוערשט זיין אייגענעם ברודער שמעון און זאגט צו אים: מיר האבן געפונען דעם משיח, (דאס הייסט פארטייטשט, געזאלבטער).
ווען אבער גאליאן איז געווען פראקאנסול פון אכאיא, האבן די יידן זיך איינשטימיק אויפגעשטעלט קעגן פוילוסן, און אים געפירט צו דער כסא המשפט,
דעריבער, אויב דימעטריוס און די האנט ווערקער מיט אים האבן טאקע עפעס א טענה קעגן עמיצן, ווערן (דאך) געהאלטן עפנטלעכע טעג פון משפטים, און עס זענען דא פראקאנסולן; זאלן זיי אנקלאגן איינס דאס אנדערע.