Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




די שליחים געשיכטע 13:16 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

16 און פוילוס האט זיך אויפגעשטעלט און געמאכט א צייכן מיט דער האנט, און געזאגט: אנשי ישראל, און איר, וואס האבן מורא פאר ה׳, הערט!

Gade chapit la Kopi




די שליחים געשיכטע 13:16
29 Referans Kwoze  

און ער האט זיי געגעבן א צייכן מיט דער האנט, זיי זאלן שווייגן, און זיי דערציילט, וויאזוי דער האר האט אים ארויסגעפירט פון תפיסה. און האט געזאגט: זאגט עס יעקבן און די ברידער. און ארויסגייענדיק, איז ער אוועק אויף אן אנדער ארט.


ברידער, קינדער פון אברהמס שטאם און די, צווישן אייך, וואס האבן מורא פאר ה׳, צו אונדז איז דאס ווארט פון דער דאזיקער ישועה געשיקט געווארן.


א פרומער (מענטש) און א ירא שמים מיט זיין גאנץ בני בית, טוענדיק פיל צדקה צום פאלק און תמיד מתפלל זייענדיק צו ה׳.


ווער עס האט אויערן, דער זאל הערן, וואס דער גייסט זאגט צו די קהלות.


ווער עס האט אויערן, דער זאל הערן, וואס דער גייסט זאגט צו די קהלות. דעם, וואס איז מנצח, וועל איך געבן צו עסן דעם פארבארגענעם מן, און וועל אים געבן א ווייסן שטיין, און אויף דעם שטיין א נייעם נאמען אויפגעשריבן, וואס קיינער ווייסט נישט, אחוץ דער, וועלכער באקומט (אים).


ווער עס האט אויערן, דער זאל הערן, וואס דער גייסט זאגט צו די קהלות. דער, וואס איז מנצח, וועט בשום אופן נישט ליידן פון צווייטן טויט.


ווער עס האט אויערן, דער זאל הערן, וואס דער גייסט זאגט צו די קהלות. דעם, וואס איז מנצח, אים וועל איך געבן צו עסן פון דעם עץ החיים, וואס איז אינם גן עדן פון ה׳. (בראשית ב, ט; ג, כד.)


און זיי האבן אים אויסגעהערט ביז צו דעם דאזיקן ווארט; און האבן אויפגעהויבן זייער קול, זאגנדיק: פארטיליק אזא מענטשן פון דער ערד; ווארום ער איז נישט ווערט וואס ער לעבט!


און ווען ער האט עס אים דערלויבט, האט פוילוס זיך געשטעלט אויף די טרעפ, און געמאכט א צייכן מיט דער האנט צום פאלק; און אז עס איז געווארן א גרויסע שטילקייט, האט ער גערעדט צו זיי אויף לשון קודש, אזוי צו זאגן:


און פון דעם המון האט מען ארויסגעשלעפט אלעקסאנדערן, וועמען די יידן האבן געשטופט פארויס. און אלעקסאנדער האט געמאכט א צייכן מיט דער האנט, און געוואלט האלטן א פארטיידיקונג רעדע פארן פאלק.


און רעדנדיק אפן מיט דרייסטקייט, האבן פוילוס און בר‑נבא געזאגט: עס איז געווען נויטיק, אז צו אייך זאל קודם כל גערעדט ווערן ה׳ס ווארט; נאר ווייל איר פארשטויסט עס און האלט זיך נישט פאר ראוי אויף דעם אייביקן לעבן, זע, ווענדן מיר זיך צו די אומות (העולם).


נאר אין יעדן פאלק, ווער עס פארכט זיך פאר אים און טוט צדקה, איז אנגענומען ביי אים.


און זעענדיק דאס, האט פעטרוס געענטפערט דעם עולם: איר מענער פון ישראל, וואס וואונדערט איר זיך איבער דער דאזיקער זאך? אדער וואס קוקט איר אזוי אויף אונדז, גלייך ווי מיט אונדזער אייגענעם כוח אדער פרומקייט האבן מיר אים געמאכט ארומגיין?


מענער פון ישראל, הערט די דאזיקע ווערטער: יהושע/ישוע פון נצרת, א מאן, וואס איז צו אייך געוויזן געווארן פון ה׳ דורך גבורות, מופתים און אותות, וועלכע ה׳ האט געטאן דורך אים אין אייער מיט, ווי איר ווייסט עס אליין,


אבער פעטרוס, אויפשטעלנדיק זיך צוזאמען מיט די עלף, האט אויפגעהויבן זיין קול און צו זיי געזאגט: איר מענער פון יהודה און אלע איינוואוינער פון ירושלים, זייט דאס וויסן, און נייגט אייערע אויערן צו מיינע ווערטער.


און זיין בארעמהארציקייט איז פון דור צו דור צו די, וואס פארכטן זיך פאר אים.


ווער עס האט אויערן, דער זאל הערן!


נאר דער אנדערער האט ענטפערנדיק אנגעשריגן אויף אים, און געזאגט: דו האסט אויך נישט קיין מורא פאר ה׳, ביסט דאך אין דעם זעלביקן משפט!


און ווען ער איז ארויסגעקומען האט ער נישט געקענט רעדן צו זיי; און זיי האבן פארשטאנען, אז ער האט געזען א חזיון אינם היכל; און ער האט זיך פארשטענדיקט מיט זיי דורך צייכנס, און איז פארבלייבן שטום.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite