Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




די שליחים געשיכטע 13:10 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

10 און געזאגט: דו, וועלכער ביסט פול מיט יעדער כיטרעקייט און נידערטרעכטיקייט, דו זון פון דעם טייוול, שונא פון יעדער גערעכטיקייט, צי וועסטו נישט אויפהערן צו פארקרימען די רעכטע וועגן פון דעם האר (ה׳)?

Gade chapit la Kopi




די שליחים געשיכטע 13:10
23 Referans Kwoze  

איר זענט פון אייער פאטער, דעם שׂטן, און די שלעכטע גלוסטונגען פון אייער פאטער ווילט איר טאן. ער איז געווען א רוצח פון אנהויב אָן, און איז נישט געשטאנען אין דעם אמת, ווייל עס איז קיין אמת אין אים נישט פאראן. ווען ער רעדט שקר, רעדט ער פון דעם, וואס איז זיין אייגן, ווייל ער איז א ליגנער, און דער פאטער פון שקר.


וואס איז נישט קיין אנדערע, אחוץ וואס עס געפינען זיך אייניקע (לייט), וואס באאומרואיקן אייך און ווילן פארדרייען די גוטע בשורה פון דעם משיח.


איך פארכט מיך אבער, טאמער, ווי די שלאנג האט פארפירט חוהן מיט איר כיטרעקייט, וועלן אייערע געדאנקען פארדארבן ווערן פון דער אויפריכטיקייט און לויטערקייט לגבי דעם משיח.


און דאס פעלד איז די וועלט; און דער גוטער זאמען, דאס זענען די קינדער פון דעם מלכות; דאס אומקרויט אבער זענען די קינדער פון דעם נישט גוטן;


ווער עס טוט זינד, דער איז פון דעם שׂטן; ווייל דער שׂטן זינדיקט פון אנהויב אָן. דערצו איז דער זון פון דער אויבערשטער אנטפלעקט געווארן, כדי ער זאל צעשטערן די מעשים פון דעם שׂטן.


וויי צו אייך, חכמי התורה, ווייל איר האט אוועקגענומען דעם שליסל פון וויסן; אליין זענט איר נישט אריינגעגאנגען, און די, וואס האבן געוואלט אריינגיין, האט איר פארווערט!


פארלאזנדיק דעם דרך הישר, האבן זיי פארבלאנדזשעט, און נאכגעפאלגט אין דעם וועג פון בלעם בן בעור, וואס האט ליב געהאט דעם שכר פון אומגערעכטיקייט;


און פון אייך אליין וועלן אויפשטיין מענער, וואס רעדן פארקערטע זאכן, אפצונייגן די תלמידים נאך זיך.


וויי איז אבער צו אייך, סופרים און פרושים, צבועקעס! אז איר פארשליסט דאס מלכות השמים פאר די מענטשן. ווארום איר גייט נישט אריין, און די אריינקומענדיקע לאזט איר נישט אריינגיין.


מחמת פון הארצן קומען ארויס בייזע מחשבות, מערדערייען, ניאופים, זנות, גנבות, פאלש עדות זאגן, לעסטערונגען.


ווען אבער ער האט געזען א סך פון די פרושים און פון די צדוקים קומען צו דער מקווה, האט ער צו זיי געזאגט: איר שלאנגענקינדער, ווער האט אייך געגעבן צו פארשטיין, אז איר זאלט אנטלויפן פון דעם קומענדיקן גרימצארן?


האט ער געזאגט: איך בין א קול פון איינעם וואס שרייט אין דער מדבר: מאכט גלייך דעם וועג פון דעם האר, אזויווי ישעיה הנביא האט געזאגט. (ישעיהו מ, ג.)


און דער האר האט געזאגט צו אים: איצט מאכט איר, פרושים, ריין דעם בעכער און די שיסל פון אויסנווייניק, דאס אינעווייניקסטע אבער אין אייך איז פול מיט גזלה און רשעות.


כדי מיר זאלן מער נישט זיין קיין קינדער, פון כוואליעס געשטויסן און ארומגעטראגן פון יעדן ווינט פון לערנונג, דורך דער באטריגערישקייט פון מענטשן, דורך כיטרעקייט פון באטרוג צו פארפירן;


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite