Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




די שליחים געשיכטע 12:10 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

10 און ווען זיי זענען דורכגעגאנגען די ערשטע וואך און די צווייטע, זענען זיי געקומען צו דעם אייזערנעם טויער, וואס פירט אין דער שטאט אריין; פון זיך אליין האט עס זיך אויפגעמאכט פאר זיי; און זיי זענען ארויסגעגאנגען אינדרויסן און זענען דורכגעגאנגען איין גאס; און פלוצלונג האט זיך דער מלאך אפגעשיידט פון אים.

Gade chapit la Kopi




די שליחים געשיכטע 12:10
11 Referans Kwoze  

און א מלאך פון דעם האר (ה׳) האט ביינאכט אויפגעעפנט די טירן פון דעם געפענקעניש, און זיי ארויסגעפירט, און געזאגט:


איז פלוצלונג געווארן א גרויסע ערדציטערניש, אזוי, אז די פונדאמענטן פון דער תפיסה זענען דערשיטערט געווארן, און אין אן אויגנבליק האבן זיך אלע טירן אויפגעעפנט, און אלעמענס קייטן זענען לויז געווארן.


און אין יענעם טאג אין אוונט, דעם ערשטן פון דער וואך, בשעת די טירן זענען געווען פארשלאסן, וואו די תלמידים האבן זיך געפונען, אויס מורא פאר די יידן, איז יהושע/ישוע געקומען און האט זיך געשטעלט אין דער מיט, און זאגט צו זיי: שלום עליכם!


און צו דעם מלאך פון דער קהלה אין פילאדעלפיא שרייב: דאס זאגט דער הייליקער, דער ווארהאפטיקער, דער, וועלכער האט דעם שליסל פון דוד, דער, וועלכער עפנט אויף, און קיינער שליסט נישט צו; און וועלכער פארשליסט און קיינער עפענט נישט (ישעיהו כב, כב.);


און נעמענדיק אים געפאנגען, האט ער אים איינגעזעצט אין תפיסה, איבערגעבנדיק אים צו פיר אפטיילונגען זעלנער, יעדע פון פיר מאן, צו היטן, האבנדיק בדעה נאך פסח אים ארויסצופירן פארן פאלק.


און אין אכט טעג ארום זענען זיינע תלמידים ווידער געווען אינעווייניק (אינם הויז), און תומא איז געווען מיט זיי. קומט יהושע/ישוע, בשעת די טירן זענען געווען פארשלאסן, און האט זיך געשטעלט אין דער מיט און געזאגט: שלום עליכם!


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite