9 און צום צווייטן מאל האט א קול פון הימל מיר געענטפערט: וואס ה׳ האט ריין געמאכט, זאלסטו נישט מטמא זיין.
און נישט געמאכט קיין חילוק צווישן אונדז און זיי, רייניקנדיק זייערע הערצער דורך דער אמונה.
ווארום עס ווערט געהייליקט דורך ה׳ס ווארט און דורך תפילה.
און האט צו זיי געזאגט: איר ווייסט אליין ווי עס איז אסור פאר א יידן זיך צו באהעפטן אדער צו קומען צו איינעם פון א פרעמד פאלק; נאר ה׳ האט מיר געוויזן, קיין מענטשן נישט צו רופן געמיין אדער טמא.
און ווידער איז א קול געקומען צו אים צום צווייטן מאל: וואס ה׳ האט ריין געמאכט, דאס זאלסטו נישט (רופן) טמא.
ווייל עס גייט נישט אריין אין הארצן, נאר אין בויך, און עס גייט ארויס אין בית הכסא אריין. אזוי ארום האט ער דערקלערט אלע שפייזן ריין.
איך אבער האב געזאגט: בשום אופן נישט, האר, ווייל קיין שום טמא אדער טריפה זאך איז (נאך) קיינמאל נישט אריינגעגאנגען אין מיין מויל.
דאס דאזיקע איז געשען דריימאל, און אלץ איז ווידער ארויפגענומען געווארן אין הימל אריין.