5 און איצט שיק מענער קיין יפו און לאז רופן שמעונען, וועלכן מען רופט פעטרוס;
און א חזיון האט זיך באוויזן צו פוילוסן ביינאכט: א מאצעדאניער איז געשטאנען און האט אים געבעטן און געזאגט: קום אריבער קיין מאצעדאניען און העלף אונדז.
און ווען עס איז געווארן א גרויסע מחלוקה, האט פעטרוס זיך אויפגעשטעלט און געזאגט צו זיי: ברידער, איר ווייסט, אז פון די פריעסטע טעג אָן האט ה׳ (מיך) אויסדערוויילט צווישן אייך, כדי דורך מיין מויל זאלן די אומות (העולם) הערן דאס ווארט פון דער בשורה טובה און זאלן גלויבן.
שיק דעריבער קיין יפו, און לאד איין שמעונען, וועלכן מען רופט פעטרוס; ער שטייט איין אינם הויז פון שמעון, א גארבער, ביים ים.
און אזויווי לוד איז נאענט ביי יפו, ווייל די תלמידים האבן געהערט, אז פעטרוס געפינט זיך דארטן, האבן זיי געשיקט צוויי מענער צו אים און געבעטן: פארזאם דיך נישט צו קומען צו אונדז.
און אין יפו איז געווען א תלמידה מיטן נאמען טביתא, אויף א (גריכישער) איבערזעצונג האט מען זי גערופן דארקאס; זי איז געווען פול מיט מעשים טובים און צדקות, וואס זי האט געטאן.
ער האט אים געברענגט צו יהושען/ישוען. יהושע/ישוע האט א בליק געטאן אויף אים און געזאגט: דו ביסט שמעון בן יונה; דו זאלסט הייסן כיפא, (פארטייטשט אויף יידיש, פעלדזן).
און האט באשטימט אָט די צוועלף: שמעונען האט ער צוגעזעצט דעם נאמען פעטרוס;
און דאס איז באקאנט געווארן איבער גאנץ יפו, און א סך האבן געגלויבט אין דעם האר.
און עס איז געשען, אז במשך פון מערערע טעג איז ער איינגעשטאנען אין יפו ביי א געוויסן שמעון, א גארבער.
און האבן גערופן און געפרעגט, צי שמעון, וועמען מען רופט פעטרוס, שטייט דא איין.