Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




די שליחים געשיכטע 10:34 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

34 און פעטרוס, האט אויפגעמאכט זיין מויל און געזאגט: אויף אן אמת בין איך משיג, אז ה׳ איז נישט קיין נושא פנים;

Gade chapit la Kopi




די שליחים געשיכטע 10:34
23 Referans Kwoze  

ווארום ה׳ איז נישט קיין נושא פנים. (דברים י, יז.)


און ווער עס טוט אן עוולה, וועט ער באקומען דעם (עונש פאר דער) עוולה, וואס ער האט געטאן, און עס גיבט נישט קיין נושא פנים זיין.


און אויב איר רופט אָן אלס פאטער (ציטירן ניטציטירן) דעם, וואס משפט לויט יעדן (מענטשנס) מעשים אָן נושא־פנים־צו־זיין, זאלט איר פארברענגען מיט יראה בשעת אייער אויפהאלטן זיך (דא);


און איר הארן, טוט די זעלביקע זאכן לגבי זיי, אויפהערנדיק צו דראען, ווייל איר ווייסט, אז זייער האר און אייערער איז אין הימל, און פאר אים גיבט נישט קיין נושא פנים זיין.


און זיי האבן אים געפרעגט, אזוי צו זאגן: רבי, מיר ווייסן, אז דו רעדסט און לערנסט ריכטיק, און ביסט נישט נושא פנים, נאר לערנסט אויף אן אמת דעם וועג פון ה׳.


אויב אבער איר זענט נושא פנים, טוט איר א זינד, און ווערט פארמשפט פון דער תורה, ווי פושעים.


וואו עס איז נישטא קיין גריך און ייד, מילה און ערלה, בארבאר, סקיטער, קנעכט, פרייער (מענטש), נאר משיח איז אלץ און אין אלעם.


אבער פון די, וואס האבן אויסגעזענען פאר עפעס צו זיין—עס מאכט מיר גארנישט אויס, וואס זיי זענען אמאל געווען: ה׳ איז נישט קיין נושא פנים פון א מענטשן—מיר האבן די חשובים גארנישט צוגעלייגט;


צי מאכט איר דען נישט קיין אונטערשייד צווישן אייך אליין, און ווערט שופטים מיט בייזע מחשבות?


און זיי שיקן צו אים זייערע תלמידים מיט הורדוסנס לייט, אזוי צו זאגן: רבי, מיר ווייסן, אז דו ביסט ווארהאפטיק, און אז דו לערנסט באמת דעם וועג פון ה׳, און פרעגסט נישט נאך קיינעם; מחמת דו ביסט נישט נושא פנים קיין מענטשן.


און ער האט אויפגעעפנט זיין מויל און זיי געלערנט, זאגנדיק:


און פיליפוס האט אויפגעמאכט זיין מויל, און אנהויבנדיק פון דער דאזיקער שריפט, האט ער אים אנגעזאגט די גוטע בשורה פון יהושען/ישוען.


דעריבער האב איך גלייך געשיקט צו דיר; און דו האסט גוט געטאן, וואס ביסט געקומען. און איצט זענען מיר אלע דא פאר ה׳, כדי צו הערן אלץ, וואס איז דיר באפוילן געווארן פונם האר.


און נישט געמאכט קיין חילוק צווישן אונדז און זיי, רייניקנדיק זייערע הערצער דורך דער אמונה.


צי איז דען ג‑ט בלויז דער ג‑ט פון די יידן? צי איז ער דען נישט אויך (דער ג‑ט) פון די אומות העולם? געוויס, אויך פון די אומות העולם;


ברידער מיינע, נישט מיט נושא־פנים־זיין זאלט איר האלטן די אמונה פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח, דעם האר פון הערלעכקייט.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite