Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




די שליחים געשיכטע 10:32 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

32 שיק דעריבער קיין יפו, און לאד איין שמעונען, וועלכן מען רופט פעטרוס; ער שטייט איין אינם הויז פון שמעון, א גארבער, ביים ים.

Gade chapit la Kopi




די שליחים געשיכטע 10:32
13 Referans Kwoze  

זאגט דעריבער צו אים די שומרונישע פרוי: וויאזוי בעטסטו, א ייד, צו טרינקען פון מיר, וואס איך בין א שומרונישע פרוי? ווארום יידן האבן נישט קיין מגע־משא מיט שומרונים.


דאן האט מען יהושען/ישוען אוועקגעפירט פון קיפא צום פרעטאריום; און עס איז געווען פרי; און זיי זענען נישט אריינגעגאנגען אין פרעטאריום, כדי זיי זאלן זיך נישט מטמא זיין, נאר זאלן (קענען) עסן דאס קרבן פסח.


און האט געזאגט; קארנעליוס, דיין תפילה איז דערהערט געווארן, און דיינע צדקות זענען דערמאנט געווארן פאר ה׳.


דעריבער האב איך גלייך געשיקט צו דיר; און דו האסט גוט געטאן, וואס ביסט געקומען. און איצט זענען מיר אלע דא פאר ה׳, כדי צו הערן אלץ, וואס איז דיר באפוילן געווארן פונם האר.


דו ביסט אריינגעגאנגען צו ערלים, און האסט געגעסן מיט זיי.


נאר שטיי אויף, און גיי אריין אין דער שטאט, און עס וועט דיר געזאגט ווערן, וואס דו זאלסט טאן.


און עס איז געשען, אז במשך פון מערערע טעג איז ער איינגעשטאנען אין יפו ביי א געוויסן שמעון, א גארבער.


און איצט שיק מענער קיין יפו און לאז רופן שמעונען, וועלכן מען רופט פעטרוס;


וועלכער וועט רעדן צו דיר ווערטער, דורך וועלכע דו וועסט געהאלפן ווערן און דיין גאנץ הויז.


און ווען עס איז געווארן א גרויסע מחלוקה, האט פעטרוס זיך אויפגעשטעלט און געזאגט צו זיי: ברידער, איר ווייסט, אז פון די פריעסטע טעג אָן האט ה׳ (מיך) אויסדערוויילט צווישן אייך, כדי דורך מיין מויל זאלן די אומות (העולם) הערן דאס ווארט פון דער בשורה טובה און זאלן גלויבן.


און א חזיון האט זיך באוויזן צו פוילוסן ביינאכט: א מאצעדאניער איז געשטאנען און האט אים געבעטן און געזאגט: קום אריבער קיין מאצעדאניען און העלף אונדז.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite