Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




די שליחים געשיכטע 10:3 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

3 ער האט באשיימפערלעך געזען אין א חזיון, ווי ארום דער ניינטער שעה פונם טאג איז א מלאך פון ה׳ אריינגעקומען צו אים, און צו אים געזאגט: קארנעליוס!

Gade chapit la Kopi




די שליחים געשיכטע 10:3
23 Referans Kwoze  

און פעטרוס און יוחנן זענען ארויפגעגאנגען אין בית המקדש אריין אין דער שעה פון תפילה, דער ניינטער.


און א מלאך פון דעם האר (ה׳) האט ביינאכט אויפגעעפנט די טירן פון דעם געפענקעניש, און זיי ארויסגעפירט, און געזאגט:


צי זענען זיי דען נישט אלע רוחות משרתים, וואס ווערן געשיקט צו דינען די, וועלכע וועלן ירשענען די גאולה?


ווערנדיק אויף אזויפיל דערהויבענער פון די מלאכים אויף וויפל דער נאמען, וועלכן ער האט געירשנט, איז חשובער פון זיי.


ווארום אין דער דאזיקער נאכט איז ביי מיר געשטאנען א מלאך פון ה׳, וועמעס איך בין און וועמען איך דין,


און ער האט אונדז דערציילט, ווי ער האט געזען דעם מלאך אין זיין הויז שטיין און זאגן: שיק קיין יפו און ברענג שמעונען, וועמען מען רופט פעטרוס,


און קארנעליוס האט געזאגט: מיט פיר טעג צוריק ביז צו דער דאזיקער שעה, דער ניינטער, האב איך תפילה געטאן אין מיין הויז; און זע פאר מיר איז געשטאנען א מאן אין שיינענדיקע מלבושים,


און בשעת פעטרוס האט נאכגעטראכט וועגן דעם חזיון, האט דער גייסט צו אים געזאגט: זע, דריי מענער זוכן דיך.


און בשעת פעטרוס האט נישט געוואוסט וויאזוי זיך צו דערקלערן, וואס עס קען זיין די דערשיינונג, וועלכע ער האט געזען, זע, די מענער, וואס זענען געשיקט געווארן פון קארנעליוסן, האבנדיק זיך נאכגעפרעגט וועגן שמעונס הויז, זענען געשטאנען ביים טויער,


און אין דמשק איז געווען א געוויסער תלמיד מיטן נאמען חנניה; און דער האר האט צו אים געזאגט אין א חזיון: חנניה! און ער האט געזאגט: אָט בין איך, האר!


און ער איז אנידערגעפאלן אויף דער ערד, און געהערט א קול, וואס האט געזאגט צו אים: שאול, שאול, וואס פארפאלגסטו מיך?


און פלוצלונג איז געווען אינאיינעם מיט דעם מלאך א מחנה פון הימלישע חיל וואס האבן געלויבט ה׳ און געזאגט:


און א מלאך פון דעם האר (ה׳) האט זיך באוויזן צו אים, שטייענדיק אויף דער רעכטער זייט פונם מזבח הקטורת.


און ארום דער ניינטער שעה האט יהושע/ישוע א געשריי געטאן מיט א הויך קול, אזוי צו זאגן: אלי אלי למה שבקתני! דאס באטייט: ג‑ט מיינער, ג‑ט מיינער, פארוואס האסטו מיך פארלאזט?


און אויף צומארגנס, בשעת זיי זענען געווען אויפן וועג, און האבן זיך דערנענטערט צו דער שטאט, איז פעטרוס ארויפגעשטיגן אויפן דאך, תפילה צו טאן, ארום דער זעקסטער שעה;


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite