Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




די שליחים געשיכטע 10:23 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

23 דעמאלט האט פעטרוס זיי אריינגערופן און אויפגענומען גאסטפריינדלעך. און צומארגנס איז ער אויפגעשטאנען און איז אוועק מיט זיי, און אייניקע פון די ברידער אין יפו זענען מיטגעגאנגען מיט אים.

Gade chapit la Kopi




די שליחים געשיכטע 10:23
16 Referans Kwoze  

און דער גייסט האט געזאגט צו מיר, איך זאל מיטגיין מיט זיי, און זיך גארנישט ווייגערן. און די דאזיקע זעקס ברידער זענען מיטגעגאנגען מיט מיר, און מיר זענען אריינגעגאנגען אין דעם מאנס הויז;


און די געמלטע (ד. ה. די יידישע) מאמינים, וועלכע זענען מיטגעקומען מיט פעטרוסן, האבן געשטוינט, אז אפילו אויף די אומות (העולם) איז אויסגעגאסן געווארן די מתנה פון דעם רוח הקודש.


זייט גאסטפריינדלעך איינער צום אנדערן אָן געמורמל;


פארגעסט נישט די גאסט פריינדלעכקייט; ווארום דאדורך האבן אייניקע מכניס אורח געווען מלאכים נישט וויסנדיקערהייט.


ווארום מיר באמיען דיך (צו טאן) גוטס נישט בלויז פאר דעם האר, נאר אויך פאר מענטשן.


דעריבער האב איך גלייך געשיקט צו דיר; און דו האסט גוט געטאן, וואס ביסט געקומען. און איצט זענען מיר אלע דא פאר ה׳, כדי צו הערן אלץ, וואס איז דיר באפוילן געווארן פונם האר.


היות איך בין גערופן געווארן, בין איך דערפאר געקומען אָן איינווענד. איך פרעג דעריבער, צוליב וואס האט איר מיך געלאזט רופן?


און דאס איז באקאנט געווארן איבער גאנץ יפו, און א סך האבן געגלויבט אין דעם האר.


און אזויווי לוד איז נאענט ביי יפו, ווייל די תלמידים האבן געהערט, אז פעטרוס געפינט זיך דארטן, האבן זיי געשיקט צוויי מענער צו אים און געבעטן: פארזאם דיך נישט צו קומען צו אונדז.


און אין די דאזיקע טעג איז פעטרוס אויפגעשטאנען אין דער מיט פון די ברידער און האט געזאגט—אן עולם אן ערך הונדערט און צוואנציק זענען דערביי געווען פארזאמלט—


און אין יפו איז געווען א תלמידה מיטן נאמען טביתא, אויף א (גריכישער) איבערזעצונג האט מען זי גערופן דארקאס; זי איז געווען פול מיט מעשים טובים און צדקות, וואס זי האט געטאן.


און פון דארטן זענען די ברידער, הערנדיק וועגן אונדז, אונדז אקייגנגעקומען ביז צום אפיוס פארום און טרעסטאבערנע; זעענדיק זיי, האט פוילוס אפגעגעבן א שבח צו ה׳ און זיך געשטארקט.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite