Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




די שליחים געשיכטע 10:17 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

17 און בשעת פעטרוס האט נישט געוואוסט וויאזוי זיך צו דערקלערן, וואס עס קען זיין די דערשיינונג, וועלכע ער האט געזען, זע, די מענער, וואס זענען געשיקט געווארן פון קארנעליוסן, האבנדיק זיך נאכגעפרעגט וועגן שמעונס הויז, זענען געשטאנען ביים טויער,

Gade chapit la Kopi




די שליחים געשיכטע 10:17
9 Referans Kwoze  

חוקר זייענדיק אויף וועלכער אדער וואס פאר א צייט משיחס גייסט אין זיי האט אנגעוויזן, בשעת ער האט פארויס עדות געזאגט פון די ליידן (וואס האבן געזאלט קומען) אויף משיחן און די הערלעכקייטן נאך דעם.


און איך, זייענדיק אין ספק בנוגע דער אויספארשונג פון אזעלכע שאלות, האב געפרעגט, צי ער וויל גיין קיין ירושלים און דארטן געמשפט ווערן וועגן די דאזיקע זאכן.


ער האט באשיימפערלעך געזען אין א חזיון, ווי ארום דער ניינטער שעה פונם טאג איז א מלאך פון ה׳ אריינגעקומען צו אים, און צו אים געזאגט: קארנעליוס!


און עס איז געשען, אז במשך פון מערערע טעג איז ער איינגעשטאנען אין יפו ביי א געוויסן שמעון, א גארבער.


און ווי דער מיליטערישער הויפטמאן פונם בית המקדש און די הויפט כהנים האבן געהערט די דאזיקע ווערטער, זענען זיי פארצווייפלט געווארן איבער זיי, וואס עס וועט פון דעם דאזיקן ווערן.


און אלע זענען געווארן אויסער זיך און צוטומלט, און האבן געזאגט איינער צום אנדערן: וואס זאל דאס באטייטן?


און ווען ער האט שוין געהאט געוואשן זייערע פיס, און גענומען זיינע מלבושים, און זיך ווידער אנידערגעזעצט, האט ער צו זיי געזאגט: צי ווייסט איר וואס איך האב געטאן צו אייך?


און אין דמשק איז געווען א געוויסער תלמיד מיטן נאמען חנניה; און דער האר האט צו אים געזאגט אין א חזיון: חנניה! און ער האט געזאגט: אָט בין איך, האר!


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite