און ווען ער איז געזעסן אויפן הר הזיתים, זענען זיינע תלמידים צוגעקומען צו אים, בשעת זיי זענען געווען אליין, און האבן געזאגט: זאג אונדז, ווען וועט דאס געשען, און וואס וועט זיין דאס אות פון דיין קומען, און פון דעם קץ פון דער וועלט?
און ער האט צו איר געזאגט: וואס באגערסטו? זאגט זי צו אים: זאג, אז די דאזיקע ביידע זין מיינע זאלן זיצן איינער אויף דיין רעכטער זייט, און איינער אויף דיין לינקער זייט אין דיין מלכות.