Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




די שליחים געשיכטע 1:16 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

16 ברידער, עס האט געמוזט דערפילט ווערן דער פסוק, וואס דער רוח הקודש האט פארויסגעזאגט דורך דודס מויל וועגן יהודהן, וועלכער איז געווארן א וועגווייזער פאר די, וואס האבן געפאנגען גענומען יהושען/ישוען.

Gade chapit la Kopi




די שליחים געשיכטע 1:16
38 Referans Kwoze  

נישט וועגן אייך אלע רעד איך; ווארום איך ווייס וועמען איך האב אויסדערוויילט; נאר כדי דער פסוק זאל מקוים ווערן: דער, וואס עסט מיין ברויט, האט אויפגעהויבן זיין טריט (עקב) קעגן מיר. (תהלים מא, י.)


ווארום עס שטייט געשריבן אין ספר תהלים: זאל זיין וואוינונג ווערן א מדבר, און זאל זיך קיין איינוואוינער נישט געפינען אין איר; און; זיין אויפזיכט זאל אן אנדערער איבערנעמען. (תהלים סט, כו; קט, ח.)


דאס אלץ אבער איז געשען, כדי די שריפטן פון די נביאים זאלן דערפילט ווערן. דעמאלט האבן אלע תלמידים אים פארלאזט, און זענען אנטלאפן.


און וויאזוי זשע וואלטן די כתבי (הקודש) געקענט דערפילט ווערן, אז אָט אזוי מוז עס געשען?


און בשעת ער האט נאך גערעדט, זע, יהודה, איינער פון די צוועלף, איז געקומען און מיט אים א גרויסער המון מיט שווערדן און שטאנגען, פון די הויפט כהנים און זקנים פון פאלק.


חוקר זייענדיק אויף וועלכער אדער וואס פאר א צייט משיחס גייסט אין זיי האט אנגעוויזן, בשעת ער האט פארויס עדות געזאגט פון די ליידן (וואס האבן געזאלט קומען) אויף משיחן און די הערלעכקייטן נאך דעם.


און גלייך, בשעת ער האט נאך גערעדט, קומט יהודה, איינער פון די צוועלף, און מיט אים א המון מיט שווערדן און שטאנגען, פון די הויפט כהנים און סופרים און זקנים.


ווארום עס וואלט געווען בעסער פאר זיי נישט צו האבן דערקענט דעם וועג פון גערעכטיקייט, ווי, נאכן דערקענען, זיך אפצוקערן פון דעם הייליקן געבאט, וואס איז איבערגעגעבן געווארן צו זיי.


און וויסנדיק, אז איין טייל איז צדוקים און די אנדערע טייל פרושים, האט פוילוס א געשריי געטאן אין דעם סנהדרין: ברידער, איך בין א פרוש בן פרושים; וועגן דער האפענונג פון תחית המתים ווער איך געמשפט!


און פוילוס האט זיך איינגעקוקט אויפן סנהדרין, און געזאגט: ברידער, איך האב געלעבט פאר ה׳ מיט א גאנץ און גוט געוויסן ביז צום היינטיקן טאג.


ברידער און פאטערס, הערט איצט אויס מיין פארטיידיקונג פאר אייך—


און ווען עס איז געווארן א גרויסע מחלוקה, האט פעטרוס זיך אויפגעשטעלט און געזאגט צו זיי: ברידער, איר ווייסט, אז פון די פריעסטע טעג אָן האט ה׳ (מיך) אויסדערוויילט צווישן אייך, כדי דורך מיין מויל זאלן די אומות (העולם) הערן דאס ווארט פון דער בשורה טובה און זאלן גלויבן.


דעריבער זאלט איר וויסן זיין, ברידער, אז דורך דעם דאזיקן ווערט אייך אנגעזאגט די פארגעבונג פון זינד;


און נאכן לייענען די תורה און די נביאים, האבן די גבאים פון דער שול געשיקט צו זיי, אזוי צו זאגן: ברידער, אויב איר האט עפעס א ווארט פון מוסר פאר דעם עולם, זאגטס.


ער אבער האט געזאגט: ברידער און פאטערס, הערט! דער ג-ט פון כבוד האט זיך באוויזן צו אונדזער פאטער אברהם, בשעת ער איז געווען אין ארם נהרים, איידער ער האט געוואוינט אין חרן,


און ווי זיי האבן דאס געהערט, האבן זיי עס זיך גענומען צום הארצן, און געזאגט צו פעטרוסן און צו די איבריקע שליחים: ברידער, וואס זאלן מיר טאן?


דעם דאזיקן, וואס איז איבערגעגעבן געווארן לויט ה׳ס אויסדריקלעכער עצה און פארויסוויסן, האט איר גענומען און דורך די הענט פון רשעים אויפגעהאנגען אויף דער בוים און אומגעברענגט;


ווארום דאס איז געשען, כדי דער פסוק זאל דערפילט ווערן: קיין ביין זאלט איר אים נישט צעברעכן. (שמות יב, מו.)


אויב ער האט זיי גערופן ג‑טער, צו וועמען ה׳ס ווארט איז געקומען—און די שריפט קען נישט בטל ווערן—


בשעת ער האט נאך גערעדט, זע, עס איז געקומען א המון מענטשן און דער מיט דעם נאמען יהודה, איינער פון די צוועלף, איז געגאנגען פארויס פאר זיי און האט גענענט צו יהושען/ישוען, כדי אים א קוש צו טאן,


דוד (המלך) אליין האט דאך געזאגט דורך דעם רוח הקודש: דער האר האט געזאגט צו מיין האר: זיץ ביי מיין רעכטער זייט, ביז איך וועל אנידערלייגן דיינע פיינט פאר א פוסבענקעלע פאר דיינע פיס! (תהלים קי, א.)


און אזויווי זיי זענען נישט געווען איינשטימיק צווישן זיך, זענען זיי אוועקגעגאנגען, נאך דעם ווי פוילוס האט נאך געזאגט איין ווארט: גוט האט דער רוח הקודש גערעדט דורך דעם נביא ישעיה צו אייערע עלטערן, אזוי צו זאגן:


און עס איז געשען, אין דריי טעג ארום האט ער צונויפגערופן די, וועלכע זענען געווען די חשובסטע צווישן די יידן; און ווען זיי זענען זיך צוזאמענגעקומען, האט ער צו זיי געזאגט: ברידער, הגם איך האב גארנישט געטאן קעגן אונדזער פאלק אדער די מנהגים פון אונדזערע אבות, בין איך דאך איבערגעגעבן געווארן ווי א געפאנגענער פון ירושלים צו די רוימער אין די הענט אריין,


און נאך דעם ווי זיי זענען אנטשוויגן געווארן, האט יעקב געענטפערט, אזוי צו זאגן:


דעמאלט איז געגאנגען איינער פון די צוועלף, וואס האט געהייסן יהודה איש‑קריות, צו די הויפט כהנים,


בשעת איך בין געווען מיט זיי, האב איך זיי באהיט אין דיין נאמען, וועלכן דו האסט מיר געגעבן; און האב געוואכט (איבער זיי), און קיינער פון זיי איז נישט פארלוירן געגאנגען, אחוץ דער בן האבדון (פארלוירענער זון), כדי דער פסוק זאל מקוים ווערן.


ווארום קיינמאל איז נאך נישט געברענגט געווארן קיין נבואה פון א מענטשנס ווילן; נאר געטריבן פונם רוח הקודש, האבן מענטשן גערעדט פון ה׳. (שמואל ב כג, ג.)


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite