Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




ב טימאטעוס בריוו 4:20 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

20 עראסטוס איז פארבלייבן אין קארינט; טראפימוסן אבער האב איך איבערגעלאזן קראנק אין מילעטוס.

Gade chapit la Kopi




ב טימאטעוס בריוו 4:20
9 Referans Kwoze  

און ביז (קליין) אזיען האבן אים באגלייט סאפאטרוס בן פורוס פון בערעא; און פון די טעסאלאניקער, אריסטארכוס און סעקונדוס; און גאיוס פון דערבע, און טימאטעוס; און טיכיקוס און טראפימוס, פון (קליין) אזיען.


ווארום זיי האבן פריער געהאט געזען טראפימוסן דעם עפעזער אין דער שטאט מיט אים; און געמיינט, אז פוילוס האט אים אריינגעפירט אין בית המקדש אריין.


און אוועקשיקנדיק קיין מאצעדאניען צוויי פון די, וואס האבן אים באדינט, טימאטעוסן און עראסטוסן, איז ער אליין נאך פארבלייבן א געוויסע צייט אין (קליין) אזיען.


גאיוס, וועמעס גאסטפריינדשאפט איך און די גאנצע קהלה געניסן, גיט אייך אפ שלום. עראסטוס, דער שאצמייסטער פון דער שטאט, און קווארטוס דער ברודער, גיבן אייך אפ שלום.


און ווייטער פארנדיק פון דארטן, זענען מיר דעם נעכסטן טאג אנגעקומען אנטקעגנאיבער כיוס; און דעם אנדערן טאג זענען מיר געקומען קיין סאמאס; און דעם פאלגענדיקן טאג זענען מיר געקומען קיין מילעטוס.


און פון מילעטוס האט ער געשיקט קיין עפעזוס, און געלאזט רופן די זקנים פון דער קהלה.


נאך דעם איז ער ארויסגעגאנגען פון אטען, און איז געקומען קיין קארינט.


קריספוס אבער, דער גבאי פון דער שול, האט געגלויבט אין דעם האר צוזאמען מיט זיין גאנץ הויזגעזינד; און א סך פון די קארינטער, וועלכע האבן געהערט, האבן געגלויבט און זיך געלאזט טובל זיין אין דער מקווה.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite