Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




ב טימאטעוס בריוו 4:12 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

12 טיכיקוסן אבער האב איך אוועקגעשיקט קיין עפעזוס.

Gade chapit la Kopi




ב טימאטעוס בריוו 4:12
11 Referans Kwoze  

און כדי אויך איר זאלט וויסן וואס מיט מיר געשעט און וואס איך טו, וועט טיכיקוס, דער געליבטער ברודער און געטרייער משרת אינם האר, אייך אלץ צו וויסן טאן.


און ביז (קליין) אזיען האבן אים באגלייט סאפאטרוס בן פורוס פון בערעא; און פון די טעסאלאניקער, אריסטארכוס און סעקונדוס; און גאיוס פון דערבע, און טימאטעוס; און טיכיקוס און טראפימוס, פון (קליין) אזיען.


ווען איך וועל שיקן ארטעמאסן צו דיר אדער טיכיקוסן, זאלסטו דיך איילן צו קומען צו מיר קיין ניקאפאליס; ווארום איך האב באשלאסן דארטן איבערצואווינטערן.


אלץ, וואס מיך באטרעפט, וועט טיכיקוס דער געליבטער ברודער און געטרייער משרת און מיין מיטקנעכט אינם האר אייך צו וויסן טאן,


ווי איך האב דיך געבעטן צו פארבלייבן אין עפעזוס, ווען איך בין געגאנגען קיין מאצעדאניען, כדי דו זאלסט באפעלן אייניקע (לייט), נישט צו לערנען אנדערע לערנונגען (הטרודוקסיה),


און זע, איצט ווייס איך, אז איר וועט מער קיינמאל נישט זען מיין פנים, איר אלע, צווישן וועמען איך בין ארומגעגאנגען, אויסרופנדיק דאס קעניגרייך פון ה׳.


און זיי זענען געקומען קיין עפעזוס, און ער האט זיי דארטן איבערגעלאזט; אליין אבער איז ער אריינגעגאנגען אין דער שול און האט גערעדט צו די יידן.


נאר האט זיך געזעגנט און געזאגט: איך וועל ווידער קומען צו אייך, אם ירצה ה׳, און האט זיך אוועקגעשיפט פון עפעזוס.


און עס איז געשען, בשעת אפאלאס איז געווען אין קארינט, איז פוילוס, נאכן דורכגיין די אינלענדישע טיילן פון (קליין) אזיען, געקומען קיין עפעזוס; און ווען ער האט (דארט) געפונען אייניקע תלמידים,


אים האב איך געשיקט צו אייך טאקע צוליב דעם דאזיקן, כדי איר זאלט זיך דערוויסן ווי עס דערגייט אונדז, און אז ער זאל טרייסטן אייערע הערצער.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite