Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




ב טימאטעוס בריוו 3:10 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

10 דו אבער האסט נאכגעפאלגט מיין לערנונג, מיין אויפפירונג, מיין מיינונג, מיין אמונה, מיין צוריקגעהאלטנקייט, מיין ליבע, מיין סבלנות,

Gade chapit la Kopi




ב טימאטעוס בריוו 3:10
27 Referans Kwoze  

דו אבער, ה׳ס מענטש, אנטרין פון די דאזיקע זאכן, און יאג נאך צדקות, יראת שמים, אמונה, ליבע, סבלנות, ענווה.


אין אלעם זאלסטו דיך אליין האלטן פאר א פארבילד פון מעשים טובים, (ארויסווייזנדיק) אין דער לערנונג אומפארדארבנקייט, ווירדיקן ערנסט,


אויב דו וועסט פארלייגן די דאזיקע זאכן פאר די ברידער, וועסטו זיין א גוטער משרת פון דעם משיח יהושע/ישוע, דערצויגן אין די ווערטער פון דער אמונה און פון דער גוטער לערנונג, וועלכער דו האסט שוין נאכגעפאלגט;


איר אבער ווייסט זיין אויסגעפרואווטקייט, אז ווי א קינד צו זיין פאטער, אזוי האט ער געארבעט ווי א קנעכט מיט מיר אין דער בשורה טובה.


לאזט זיך נישט פארפירן פון פארשיידענע און פרעמדע תורות; עס איז גוט, אז דאס הארץ זאל באפעסטיקט ווערן מיט חסד, נישט מיט מאכלים; פון וועלכע די, וואס זענען זיך מיט זיי פארנומען, האבן קיין פעולה נישט געהאט.


וועלכער האט זיך געפריידט, ווען ער איז אהינגעקומען און געזען דעם חסד פון ה׳; און האט אלעמען מזהיר געווען, זיך צו באהעפטן צום האר מיט אן אנטשלאסן הארץ;


אזויווי אלע די דאזיקע זאכן וועלן צעגיין אויף אזא אופן, היינט וואס פאר א (מענטשן) דארפט איר שוין זיין אין א הייליקן לעבן און אין יראת שמים,


ווארום עס וועט זיין א צייט, ווען זיי וועלן נישט פארטראגן קיין געזונטע לערנונג; נאר וועלן זיך איינזאמלען לערער לויט זייערע אייגענע גלוסטיקייטן, האבנדיק קיצלדיקע אויערן;


אנטלויף אבער פון די יוגנטלעכע תאוות, און יאג נאך צדקות, אמונה, ליבע, שלום מיט די, וועלכע רופן אָן דעם האר אויס א לויטער הארץ.


ווייל די בשורה טובה אונדזערע איז נישט געקומען צו אייך בלויז אין ווארט אליין, נאר אויך מיט גבורה און מיט דעם רוח הקודש און פולער געוויסהייט; לויט ווי איר ווייסט, וואס פאר (א מענטשן) מיר זענען געווען צווישן אייך צוליב אייך.


און וועלנדיק דאס דאזיקע, האב איך דען ארויסגעוויזן לייכטזיניקייט? אדער די זאכן, וועלכע איך פלאן, צי פלאן איך דען לויטן פלייש, כדי עס זאל זיין ביי מיר (אין דער זעלביקער צייט) דאס יא, יא און דאס ניין, ניין?


און איך בעט אייך, ברידער, אכטונג צו געבן אויף די, וואס מאכן אָן מחלוקת און מיכשולים להיפך צו דעם לערנען, וואס איר זענט געלערנט געווארן; און מיידט זיי אויס.


וואס שייך מיין שטייגער לעבן פון דער יוגנט אָן, וועלכער איז געווען פונם סאמע אנהויב צווישן מיין פאלק אין ירושלים, ווייסן אלע יידן,


און ווען זיי זענען געקומען צו אים, האט ער צו זיי געזאגט: איר ווייסט אליין, וויאזוי איך האב מיך אויפגעפירט צווישן אייך די גאנצע צייט, פון דעם ערשטן טאג אָן, ווען איך בין געקומען קיין אזיען,


און זיי האבן שטענדיק עוסק געווען אין דער לערנונג פון די שליחים און אין דער חברותאשאפט, אין ברויט ברעכן און אין די תפילות.


איז עס מיר אויך וואוילגעפעלן, האבנדיק אלץ גרינטלעך אויסגעפארשט אויפסניי, צו שרייבן צו דיר לויט א סדר, אָ נאבעלער טעאפילוס,


ווי איך האב דיך געבעטן צו פארבלייבן אין עפעזוס, ווען איך בין געגאנגען קיין מאצעדאניען, כדי דו זאלסט באפעלן אייניקע (לייט), נישט צו לערנען אנדערע לערנונגען (הטרודוקסיה),


כדי מיר זאלן מער נישט זיין קיין קינדער, פון כוואליעס געשטויסן און ארומגעטראגן פון יעדן ווינט פון לערנונג, דורך דער באטריגערישקייט פון מענטשן, דורך כיטרעקייט פון באטרוג צו פארפירן;


ווארום איך האב נישט קיינעם, וואס איז גלייך צו אים אין גייסט, וועלכער זאל ווירקלעך פאר אייך זארגן.


רוף אויס דאס ווארט; טרעט אויף אין געלעגענער צייט, אין אומגעלעגענער צייט; זאג מוסר, שריי אָן, זיי מזהיר, מיט פולער געדולד און לערנונג.


איך האב זיך געראנגלט דעם גוטן געראנגל, האב פארענדיקט דעם וועטגעלאף, די אמונה אפגעהיטן;


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite