6 דער פארמער, וואס פראצעוועט, זאל צום ערשט געניסן פון די פירות.
ווארום איר נויטיקט זיך אין סבלנות, כדי ווען איר וועט האבן געטאן ה׳ס רצון, זאלט איר באקומען די הבטחה.
און אלץ טו איך צוליב דער גוטער בשורה, כדי איך זאל האבן א חלק אין איר.
און האט צו זיי געזאגט: דער שניט איז גרויס, די ארבעטער אבער זענען ווייניק; בעט זשע דעם האר פונם שניט, אז ער זאל שיקן ארבעטער צו זיין שניט!
ווייל דאס מלכות השמים איז גלייך צו א מענטשן, א בעל הבית, וואס איז ארויסגעגאנגען זייער פרי צו דינגען ארבעטער פאר זיין וויינגארטן.
פארשטיי וואס איך זאג; ווארום דער האר וועט דיר געבן חכמה אין יעדער זאך.
ווארום די ערד, וועלכע טרינקט דעם רעגן, וואס קומט אפט אויף איר און גיט ארויס גרייטעכצער, וואס איז גוט פאר די, וועלכע באארבעטן זי, באקומט א ברכה פון ה׳;
און דער, וואס האט באקומען די פינף טאלאנטן, איז געגאנגען און האט געהאנדלט מיט זיי, און פארדינט אנדערע פינף.