Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




ב טימאטעוס בריוו 2:13 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

13 אויב מיר גלויבן נישט, בלייבט ער (אלץ) געטריי; ווארום ער קען זיך נישט פארלייקענען.

Gade chapit la Kopi




ב טימאטעוס בריוו 2:13
11 Referans Kwoze  

און אויב א טייל האבן נישט געגלויבט, וואס מאכט עס דען אויס? צי מאכט דען זייער אומגלויבן צונישט די געטריישאפט פון ה׳?


אין דער האפענונג אויף אייביק לעבן, וואס ה׳, וועלכער זאגט נישט קיין שקר, האט פארשפראכן פון אייביקע צייטן אָן,


געטריי אבער איז דער האר, וועלכער וועט אייך שטארקן און אפהיטן פון בייז.


באגלויבט איז דער, וועלכער רופט אייך, וועלכער וועט עס אויך טאן.


יא, ה׳ איז געטריי, דורך וועמען איר זענט גערופן געווארן צו דער חברותאשאפט פון זיין זון יהושע/ישוע המשיח דעם האר אונדזערן.


כדי דורך צוויי אומפארענדערלעכע זאכן, אין וועלכע עס איז אוממעגלעך פאר ה׳ צו זאגן ליגן, זאלן מיר האבן א שטארקע טרייסט, מיר, וואס זענען אנטרונען, כדי אנצונעמען די האפענונג, וואס איז געלייגט געווארן פאר אונדזערטוועגן


דער הימל און די ערד וועלן פארגיין, מיינע ווערטער אבער וועלן בשום אופן נישט פארגיין,


אבער דאס באטייט נישט, אז ה׳ס ווארט איז צונישט געווארן. ווארום נישט אלע זענען ישראל, וואס זענען פון ישראל;


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite